הײַנטיקס יאָר, האָבן די סאַודיער מיט מזל אַנערקענט, אַז פֿרויען זײַנען אויך מענטשן. אפֿשר נישט זעלבסטשטענדיקע מענטשן, אפֿשר אונטערן קײטל מענטשן, אָפּגעהיטענע פֿונעם דרויסן מענטשן, אָבער פֿאָרט מענטשן. זעט אויס, אַז דאָס דרום־אַראַבישע מלכות האָט אָנגעוווירן זייער צײַט־רעכענונג. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז זייער קאַלענדאַר־יאָר איז אַ טשוטעלע הינטערשטעליק.
אונדזער לוח, למשל, באַשטייט פֿון אַ קאָמפּראָמיס צווישן צוויי הימלישע שטערן, די זון און די לבֿנה; די חדשים ווערן גערעכנט לויט דער לבֿנה, 12 חדשים פֿון 29 מיט אַ האַלבן טאָג, בעת אונדזער יאָר ווערט בײַ אונדז גערעכנט לויט דער זון, עלף טעג רעכנט מען צו צוליבן עיבור־יאָר, אַזוי אַז יעדעס צווייטע אָדער דריטע יאָר איז פֿאַראַן אַ דרײַצנטער חודש, אַרײַנגערעכנט אַ צווייטן אָדר.
בײַ די מחמדאַנער ווידער, רעכנט זיך דאָס יאָר מיט די חדשים לויט די פֿאַזעס פֿון דער לבֿנה. זייער יאָר איז קירצער פֿונעם אַלגעמיינעם, אָנגענומענעם יאָר, עס פֿעלן זיי אויס עלף טעג. זייער קאַלענדאַר־יאָר ציילט 28 טעג אַ חודש. דאָס לבֿנה־יאָר פֿאַרמאָגט 354 טעג און דאָס זון־יאָר 365 טעג. דער עיקר, לויטן קאָראַן קומט אויס, אַז מ׳קען נישט זען די זון, ווײַל זי גליט, אָבער די לבֿנה איז מער צוגענגלעך פֿאַר די אויגן.
קומט אויס, אַז די מחמדנער האָבן זיך פֿאַרשפּעטיקט כּמעט מיט הונדערט יאָר, ווען ס׳איז געקומען צו פֿרויען־רעכט; ווער רעדט שוין פֿון פֿרויען וואַלן־רעכט. די ציוויליזירטע פֿעלקער האָבן עס אויסגעפֿירט מיט קרובֿ הונדערט יאָר צוריק. זעט אויס, אַז די ידיעה איז צו זיי נאָך נישט דערגאַנגען, ווײַל די לבֿנה האָט זיך באַהאַלטן, ווען זי האָט דערזען ווי זיי באַהאַנדלען זייערע פֿרויען, די מאַמעס פֿון זייערע קינדער. ביזן הײַנטיקן טאָג איז די פֿרויען נישט דערלויבט צו פֿירן אַן אויטאָ, אַרויסגיין אין גאַס אָן דער באַגלייטונג פֿון אַ מאַנסביל, זיי קענען, חלילה, אויפֿהייבן די קעפּ און דערזען די זון און קאַליע מאַכן דעם גאַנצן קאַלענדאַר, שוין אָפּגערעדט פֿון וואַלן־רעכט…
ערשט הײַנטיקס יאָר האָט מען צוגעטיילט זייערע פֿרויען די שיריים פֿון די וואַלן־רעכט מיט פּראָוויזיעס, בלויז פֿרויען קענען שטימען פֿאַר זיי; נישט די מענער. ווי ס׳שטייט געשריבן אינעם קאָראַן, אַללאַ האָט געבאָטן אַז אַ פֿרוי קען פֿאַרגליכן ווערן צו אַ פֿעלד: ווען עס פֿאַרגלוסט זיך דעם מאַן צו טרעטן איבער זײַן פֿעלד, איז עס זײַן פּריוויליגיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.