(די 3 טע זײַט פֿון 3)
צו דײַן געבורטסטאָג
מיר זײַנען די ערשטע
און זײַנען די לעצטע,
מיר זײַנען פֿאַרהײלטע
און זײַנען פֿאַרלעצטע
מיר זײַנען חכמים
און זײַנען נאַראָנים,
קוים װאָס געדענקען
דעם אייגענעם פּנים.
מיר זײַנען פֿאַרצײַטיק
און זײַנען הײַנטצײַטיק,
מיר קענען פֿאַרבײַטן
דעם שמײכל אויף „אוי‟,
אין ליכטיקע פֿאַרבן
באַלײַכטן דעם גרוי.
מיר דינען דעם אַלף־בית
מער װי פֿאַרשקלאַפֿט
און היטן אים אָפּ
מיט ליבשאַפֿט און קראַפֿט.
22.10.2015
פֿאַר אָפּהיטן פֿאַרגאַנגענע
לעבנס אין זכּרון
באַגלייט אַ ליד דעם נאָמען
פֿון אַ מענטש
גײט אויף אַ נאָענטקײט
פֿון דער װײַטן —
און װילסט ניט בלויז אַ טרער
פֿאַרנעפּלען זאָל
אַכזריותדיקע צײַטן.
מיט ליד
מיט ביקס
אין שװערקייט ניט באַשװערט —
באַגלײט אַ ליד דעם נאָמען
פֿון אַ מענטש
אַנשטאָט אַ טרער.
אַזוי פֿיל לעבנס ליכטיקע צעשטראַלטע,
צי האָט דאָס ייִדיש האַרץ אין זײ
אויך אונדזער טרוים באַהאַלטן?
30.5.2002
דערפֿירט האָבן װעגן צום גענשער בית־עולם.
צי האָט זיך אַ װעג דאָרט פֿאַרענדיקט?
בײַ פּרצעס אוהל, װוּ אַלע אין אײנעם
אַנטהילן פֿאַר מיר אַ לעגענדע.
אַריבער די קבֿרים קוקט באָנטשע פֿאַרװוּנדערט,
ס’פֿאַרדריסט אים דאָס פּײַנלעכע שװײַגן,
ער האָט עס געלערנט אַ גאַנצן יאָרהונדערט
איצט זעט ער צעבראָכענע צװײַגן.
װער װעט אים דערהײבן, װער װעט אים דערפֿירן
צו ערדישע, װאַרעמע זונען,
עס זאָלן די בלעטער די גרינע ניט פֿרירן
מיט אײַזיקע נאָדלען פֿאַרשפּונען.
נידערן טיפֿער די אַקסלען די מידע,
באַלאָדן מיט קבֿרים און קבֿרים —
און זאָלן ניט בלײַבן אין מיר מײַנע לידער
פֿאַרשװיגן, הכנעהדיק אָרעם.
איך װיל אָט די שטײנער, געדולדיקע שטײנער,
באַפֿליגלען מיט פֿונקען און ניגונס,
אַז זײ זאָלן העכער, און אויב ניט נאָך העכער
אַ פֿלי טאָן פֿון אַלע פֿאַרשװיגנס.
(פֿון „בלעטער פֿון װעגן‟, 1967)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.