רבי שמשון אָסטראָפּאָלערס אוניקאַלע ירושה

Rabbi Simshon of Ostropol's Unique Legacy

אַ אַלטע חורבֿה פֿון אַ מיל אין אָסטראָפּאָל
Wikimapia
אַ אַלטע חורבֿה פֿון אַ מיל אין אָסטראָפּאָל

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 14, 2016, issue of February 05, 2016.

לייענענדיק דעם בלאָג, וווּ די שטיצער פֿונעם קאָנסטראָווערסאַלן רבֿ אליעזר בערלאַנד דערציילן נײַעס וועגן זייער רבין, האָב איך באַמערקט אַ מעשׂה וועגן רבי שמשון אָסטראָפּאָלער. זײַענדיק איינער פֿון די גרעסטע מקובלים פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, האָט ער אַמאָל דערזען בחלום זײַן צוקונפֿטיקן שכן אין גן־עדן. דעם 11טן יאַנואַר האָט מען איבערגעגעבן, אַז בערלאַנד האָט באַקומען אַ דרום־אַפֿריקאַנער בירגערשאַפֿט און דאַרף נישט מער אַנטלויפֿן פֿון דער פּאָליציי צוליב באַשולדיקונגען אין צווייפֿלהאַפֿטיקע ענינים.

רבי שמשון אָסטראָפּאָלערס ווערק האָבן אַן אוניקאַלן יענוועלטישן טעם; ס׳איז פֿאַרשפּרייט אַ סטערעאָטיפּ, אַז ס׳איז בכלל אוממעגלעך זיי צו פֿאַרשטיין. צוליב דעם, ווערט זײַן נאָמען נישט זעלטן דערמאָנט, צום באַדויערן, אין פֿאַרשיידענע שאַרלאַטאַנישע און עם־הארצישע דיסקוסיעס אַרום קבלה.

רבי שמשון אָסטראָפּאָלער איז געווען אַן עכטער בעל־חלומות, אינעם גוטן זין פֿון וואָרט. דורך זײַנע חזיונות און מעדיטאַטיווע חשבונות האָט ער געהאָפֿט מתקן זײַן די גאַנצע וועלט און צו ראַטעווען די ייִדן פֿון די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות מצד די קריסטן. ס׳איז קלאָר, אַז זײַנע קאָמפּליצירטע מאַטעמאַטישע שפּילערײַען מיט ווערטער, אותיות און חשבונות זענען נישט בלויז אַן אַבסטראַקציע, נאָר אַן אַנטפּלעקונג פֿון גאָר טיפֿע און ערנסטע אינערלעכע איבערלעבונגען.

ווען דער מקובל איז געבוירן געוואָרן ווייסט מען נישט גענוי. מע ווייסט אָבער יאָ, אַז אינעם טרויעריק באַרימטן יאָר 1648, בעת די „גזירות תּ״ח‟, האָט באָגדאַן כמעלניצקיס באַנדע זיך אַרײַנגעריסן אינעם אוקראַיִנישן שטעטל פּילענוע (פּאָלאָנע), וווּ ער האָט דעמאָלט געוווינט, און האָבן רב שמשונען אומברחמנותדיק אומגעבראַכט בשעת ער האָט געדאַוונט, צוזאַמען מיט די אַנדערע מתפּללים. מע דערציילט, אַז דער מלאך־מגיד, וועלכער פֿלעגט זיך אַנטפּלעקן פֿאַרן מקובל און דערקלערן אים די הימלישע סודות, האָט פֿון פֿריִער געוואָרנט וועגן דער קומענדיקער קאַטאַסטראָפֿע און גערופֿן די ייִדן תּשובֿה צו טאָן. צום באַדויערן, האָבן די תּעניתים און קבלה נישט געהאָלפֿן.

רבי שמשון אָסטראָפּאָלער האָט ממש געלעבט ערגעץ אויף דער גרענעץ צווישן גשמיות און רוחניות. אין זײַנע ווערק דערקלערט ער נישט, ווען ער פֿאַררופֿט זיך אויף געוויינטלעכע ספֿרים און היסטאָרישע געשעענישן, און ווען ער מיינט זײַנע וויזיעס. ס׳זעט אויס, אַז אַ גאַנצע ריי ספֿרים, וואָס ער דערמאָנט, זענען נישט בנימצא אין אונדזער וועלט. אַזוי צי אַזוי, שטעקט אין זײַנע אָפּגעהיטע ווערק אַ רײַכער אוצר פֿון גאַנץ אינטערעסאַנטע געדאַנקען, הגם זיי ווערן אויסגעדריקט אין אַ ספּעציפֿישער סודותפֿולער פֿאָרעם און פֿאָדערן אַ ממשותדיקע טירחה, כּדי זיי צו דעשיפֿרירן. ס׳זעט אויס, אַז אַחוץ די חידושדיקע פּערזענלעכע וויזיעס, האָט רבי שמשון, בשותּפֿות מיט זײַן קרובֿ און פֿרײַנד רבי נתן־נטע שאַפּיראָ, אַן אַנדער גרויסער מקובל, באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם ספֿר „מגלה עמוקות‟, טאַקע געהאַט אַ צוטריט צו קאָנקרעטע געהיימע טראַדיציעס און קבלה־ספֿרים, וואָס בלײַבן אומבאַקאַנט אָדער זענען פֿאַרלוירן געוואָרן.