ווי צו ניצן „פֿייסבוק‟ אויף ייִדיש

Using "Facebook" in Yiddish


פֿון לייזער בורקאָ

Published January 26, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

Facebook (n): דער) פֿייסבוק)

אין כּמעט אַלע שפּראַכן הייסט די וועבזײַט ווי אויף ענגליש, איז ניטאָ קיין סיבה, פֿאַר וואָס ייִדיש דאַרף זײַן אַנדערש. פֿון דעסטוועגן, הערט מען אַ מאָל אויך „פּנים־בוך‟ — געוויינטלעך ווי אַ וויץ, אָבער ניט אַלע מאָל. די לעצטע יאָרן ווײַזט אונדזער ייִדיש ניט אַרויס צו פֿיל ספּאָנטאַנע שעפֿערישקייט פֿון דעם מין, איז כּדאַי אָפּצוהיטן דאָס ביסל וואָס איז יאָ דאָ — וואָלט מען אויך געמעגט צוגעבן: (דאָס) פּנים־בוך.

Facebook (v.): אויפֿזוכן אויף פֿייסבוק; שיקן (+ דאַט׳) אַ בריוול אויף פֿייסבוק
(Facebook) friend: דער פֿייסבוק־חבֿר
chat: שמועסן

דאָס וואָרט chat איז אַרײַן אין אַ סך שפּראַכן מיט דעם דאָזיקן ספּעציפֿישן באַטײַט (די דײַטשן זאָגן chatten און די רוסן сидеть в чате „זיצן אין טשעט‟) — וואָלט ניט געשאַט ווען מיר זאָגן אויך: טשעטן (וואָס פֿאַקטיש זאָגן מיר עס שוין איצט).

comment thread: דער פֿאָדעם קאָמענטאַרן

delete a post: אָפּמעקן אַ מעלדונג

אַזוי ווי chat, איז post אויך אַרײַן אינעם הײַנטיקן באַנוץ (רוסיש пост, העברעיִש פוסט אאַז״וו). אַ „פּאָסט‟ קען זײַן אַ בילד, אַן אַרטיקל, אַ ליד — ניט דווקא אַ מעלדונג. edit profile: רעדאַקטירן דעם פּראָפֿיל
event: דאָס געשעעניש; די אונטערנעמונג
feed: דער שטראָם
פֿײַן!