נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published January 26, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

שאול, פֿאַרשטייט זיך, איז אַ ייִדישער נאָמען. דער ערשטער ייִדישער מלך האָט געהייסן שאול. שאול מיינט אויף העברעיִש אַ געבאָרגטער. שמואל הנבֿיא האָט אים כּלומרשט געבאָרגט אויף א געוויסער צײַט ער זאָל זײַן דער מלך און פֿאַרטיידיקן דאָס לאַנד קעגן די פּלישתּים. ווער סע האָט געלייענט דעם תּנ״ך קען די קינה פון שאול אויף זײַן זון יהונתן וואָס די פּלישתּים האָבן דערהרגעט. אַן עכאָ פון דער דאָזיקער קינה געפֿינען מיר אינעם אונגאַרישן פֿילם וווּ אַ זאָנדערקאָמאַנדאָ מיטן נאָמען שאול וויל ראַטעווען כאָטש דעם גוף פון זיין זון פֿונעם קרעמאַטאָריום און ברענגען אים צו קבֿר ישראל. דער גוף פֿונעם ביבלישן שאולס זון איז אויך געראַטעוועט געוואָרן דורך דעם העלדישן טאַט פון די מענטשן פון יבש גלעד און געבראַכט געוואָרן צו קבֿר ישראל.

דערפֿאַר איז ממש צו שטוינען פֿאַר וואָס האָבן די פּוילישע איבערזעצערס משנה־שם געווען פֿון שאול צו שאַוול, וואָס איז אַ וואַריאַנט פֿון פּאַוועל! פּאַוועל (פּאָל) איז געווען איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער קריסטלעכער אמונה. כּל־זמן ער איז געווען אַ ייִד האָט ער אפֿילו גערודפֿט די קריסטן. שפּעטער האָט ער זיך געשמדט און געוואָרן דער גרעסטער „חסיד‟ און פּראָפּאַגאַנדיסט פֿון דער קריסטלעכער אמונה. דער דאָזיקער קריסטלעכער צוגאָב איז מסתּמא אינעם פֿאַל פֿונעם דאָזיקן חורבן־פֿילם מסתּמא נישט נייטיק.

ווי סע זאָל נישט זײַן, דערוועקט דער פֿילם אַ גרויסן אינטערעס אין פּוילן, נישט נאָר ווײַל אוישוויץ איז אַ טייל פֿון דער פּוילישער געשיכטע נאָר מסתּמא אויך דערפֿאַר וואָס געזאַ ראָריג, דער סטאַר פֿונעם פֿילם, רעדט פליסיק פּויליש. ווי אַ יונגער מאַן האָט ער געמוזט ווערן א מיטגליד פון דער אונגאַרישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, כּדי ער זאָל קענען זיך לערנען אויפֿן אוניווערסיטעט. פּוילן וואָס איז יענע יאָרן אויך געווען קאָמוניסטיש, איז פֿון דעסטוועגן געווען מער ליבעראַל. ביי אונדז האָבן סטודענטן נישט געמוזט ווערן מיטגלידער פון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. דערפֿאַר איז ראָריג געקומען קיין קראָקע, וווּ ער האָט זיך געלערנט אויפֿן אוניווערסיטעט און דווקא פּוילישע לימודים. ער איז אַפֿילו געוואָרן אַן איבערזעצער פון פּוילישער ליטעראַטור אויף אונגאַריש.