מאָנטיק האָבן מיר געפּראַוועט חמישה־עשׂר־בשבֿט. צוליב פּערזענלעכע סיבות, האָב איך הײַיאָר פֿאַרבראַכט דעם דאָזיקן יום־טובֿ אַליין, לייענענדיק מיט הנאָה פֿאַרשיידענע מעשׂיות וועגן ביימער און וועלדער.
אינעם סאַמע אָנהייב פֿון דער מסכתּא „ראָש־השנה‟ דערקלערט די משנה, אַז חמישה־עשׂר־בשבֿט ווערט אָנגערופֿן „ראָש־השנה לאילנות‟. אינעם פּראַקטישן הלכה־זין, איז די דאָזיקע דאַטע וויכטיק פֿאַר אַ צאָל ספּעציפֿישע אַגריקולטור־מיצוות; על־פּי־רובֿ זענען זיי אַקטועל בלויז אין ארץ־ישׂראל, הגם עס טרעפֿן זיך צומאָל יאָ סיטואַציעס, ווען מע דאַרף זיי נעמען אין באַטראַכט אין אַנדערע לענדער. למשל, אויב מע פֿאַרפֿלאַנצט אַ בוים אָנדערהאַלבן חודש פֿאַר ראָש־השנה, מעג מען די פֿרוכטן פֿונעם דאָזיקן בוים עסן מיט צוויי יאָר שפּעטער, אויב זיי ווערן רײַף נאָך חמישה־עשׂר־בשבֿט, אָבער נישט פֿריִער.
אינעם קאַלטן קלימאַט פֿון אַזאַ שטאָט, ווי ניו־יאָרק, וווּ דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ איז געווען שווער אָנצוקומען צו דער אַרבעט צוליב גאַנצע בערגלעך שניי אויף די גאַסן, בלײַבן אַזעלכע הלכות אינטערעסאַנט בלויז ווי אַ טעאָריע. „שבֿט ניע בראַט‟ — שבֿט איז נישט קיין ברודער, ווי מע זאָגט בײַ די רוסישע ייִדן. אין אַזעלכע מקומות איז עס דער קאַלטסטער חודש פֿונעם יאָר, ווען די ביימער שטייען פֿאַרפֿרוירן און פֿאַרשנייט.
דער מינהג צו פּראַווען חמישה־עשׂר ווי אַ גאַנצן יום־טובֿ, מיט זיבן פּירות און אַ סדר מיט אַרבע־כּוסות ווײַן, שטאַמט דורכאויס פֿון קבלה־ספֿרים און פֿאָלקס־מינהגים, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אויף אַ מיסטעריעזן אופֿן אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה. די חז״ל דערמאָנען דעם דאָזיקן טאָג, ווי געזאָגט, בלויז אין שײַכות מיט טעכנישע פֿאַרמערײַ־ענינים.
אין דער קאַיִרער גניזה זענען אָפּגעהיט געוואָרן מאַטעריאַלן פֿון דער תּקופֿת־הגאונים, לויט וועלכע מיט 1000 יאָר צוריק האָבן די ייִדן אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן געבעטן דעם אייבערשטן צו בענטשן די ביימער מיט ספּעציעלע תּפֿילות. די פּרטים, ווי אַזוי די דאָזיקע טראַדיציעס האָבן זיך אַנטוויקלט און דערגרייכט אַזעלכע קאַלטע לענדער, ווי ארץ־אַשכּנז, בלײַבן אָבער אַ רעטעניש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.