לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלמאַן, די יונגע שטערן, סצענאַריסטן און רעזשיסאָרן פֿונעם פּאָפּולערן ייִדיש־שפּראַכיקן „סיטקאָם‟ „ייִדלײַף־קריזיס‟ האָבן געהאַט אַ סך דערפֿאָלג, אַ דאַנק זייער פּראָיעקט אין די לעצטע פּאָר חדשים.
„די אַקאַדעמיע פֿון קאַנאַדער פֿילם און טעלעוויזיע‟ האָט זיי לעצטנס נאָמינירט פֿאַר דער בעסטער אינטערנעץ־פּראָגראַם — אַן אויסצייכענונג, וואָס איז דער קאַנאַדער עקוויוואַלענט פֿון אַן „אָסקאַר‟־נאָמינאַציע. זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט זייער פּראָגראַם אין קראָקע, תּל־אָבֿיבֿ, טאָראָנטאָ, מאָנטרעאָל, בירמינגהאַם (ענגלאַנד) און לאָס־אַנדזשעלעס. דער קאָמעדיע־דועט האָט אויך באַקומען אַ פּרעסטיזשפֿולע סובסידיע פֿונעם „נתן־פֿאָנד פֿאַר דער ROI־קהילה‟ און וועט אין גיכן אַרויסלאָזן אַ סעריע פֿון פֿינף רײַזע־באַריכטן, וואָס זיי האָבן פֿילמירט בעת זייער נסיעה קיין ישׂראל.
זייער „סיטקאָם‟ אַליין ווערט אַלץ מער פּאָפּולער. מע האָט שוין געזען די ערשטע צוויי עפּיזאָדן פֿונעם צווייטן סעזאָן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ מער ווי 100,000 מאָל אויף „יו־טוב‟, און דער דועט האָט נאָר וואָס פֿאַרענדיקט פֿילמירן אַ נײַעם עפּיזאָד מיט דער באַקאַנטער אַקטריסע מים ביאַליק, וואָס וועט באַלד אַרויסקומען לכּבֿוד „וואַלענטינס־טאָג‟. איך האָב געכאַפּט אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיט חיימי און לייזערן, כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן זייערע רײַזעס און ווי עס איז געווען צו אַרבעטן מיט מים ביאַליק.
וועגן זייער רײַזע קיין קראָקע האָט לייזער דערציילט, אַז „ס׳איז געווען וווּנדערלעך. מיר האָבן פֿאָרגעשטעלט אַ טייל פֿון אונדזער ׳שאָו׳ אין אַ שיל פֿונעם 16טן יאָרהונדערט. ס׳איז געווען זייער אינטערעסאַנט צו זען די שטאָט, ס׳זענען דאָ זייער אַ סך ׳קילע׳ זאַכן. דער ייִדישער קוואַרטאַל, למשל, איז געוואָרן ׳היפּ׳, אַזוי ווי דער ׳לאָוער־איסט־סײַד׳ פֿון ניו־יאָרק. ס׳זענען נאָך אַלץ דאָ פֿיר שילן אויפֿן שטח פֿון אַ האַלבן מײַל אין קוזמיר‟. לייזער האָט דערקלערט, אַז די פּראָגראַם, אָרגאַניזירט פֿונעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, אַזוי ווי ס׳רובֿ פֿון זייערע אויפֿטרעטן, האָט אַרײַנגענומען צוויי טיילן: אַ לעבעדיקע פֿאָרשטעלונג אויף ענגליש און אַ פּראָיעקציע פֿון זייערע פֿילמירטע עפּיזאָדן אויף ייִדיש.
אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי דער פּוילישער עולם האָט רעאַגירט אויף זייער קאָמעדיע, וואָס איז אַזוי געקניפּט און געבונדן מיט דער צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור בכלל, און דער מאָנטראַעלער ייִדישער קולטור בפֿרט, האָט חיימי דערקלערט: „עס האָט אויסגעזען, אַז אונדזער מאַטעריאַל איז זיי טאַקע געפֿעלן געוואָרן. די ייִדישע קהילה באַשטייט, צום גרעסטן טייל, פֿון ניט־ייִדן. דערפֿאַר זענען מיר געווען טאַקע אימפּאָנירט פֿון דעם, וויפֿל זיי האָבן געוווּסט וועגן ייִדישקייט. דער עולם, וואָס איז געקומען אויף אונדזער לעבעדיקער פֿאָרשטעלונג, איז געווען גאַנץ אַנדערש פֿונעם מין פּובליקום, צו וועלכן מיר זענען צוגעוווינט, ווײַל ס׳איז ניט געווען דורכויס אַ ייִדישער עולם. בשעתן פֿאָרשטעלן אונדזער פּראָגראַם האָבן מיר ניט געקענט דערקענען, צי עס איז זיי געפֿעלן געוואָרן. אָבער בײַם רעדן מיט זיי שפּעטער, איז עס געווען קלאָר, אַז ס׳איז זיי יאָ שטאַרק געפֿעלן געוואָרן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.