אין יאַנואַר האָט דער פֿאַרלאַג פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט אַרויסגעגעבן מנחם קעלנערס בוך מיטן נאָמען „גם הם קרויים אָדם‟ — „זיי הייסן אויך מענטשן‟. דאָס קעפּל שטעלט מיט זיך אַ פֿאָר אַ פּאָלעמישן היפּוך פֿונעם באַרימטן תּלמודישן מאמר, וועלכן אַ טייל פֿרומע ייִדן טײַטשן אָפּ גאַנץ בוכשטעבלעך: אַז בלויז אַ ייִד איז אַן אמתער מענטש. קעלנער איז אַ באַקאַנטער פֿרומער פּראָפֿעסאָר פֿון מיטל־עלטערלעכער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע, וועלכער שטעלט אַ טראָפּ אויף פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿונעם רמב״מס ירושה.
צוליב וואָס דאַרף מען בכלל אַזאַ בוך? אינעם רמב״מס פֿילאָסאָפֿישן ווערק „מורה נבֿוכים‟ מאַכט ער גאַנץ קלאָר, אַז ער שאַצט אָפּ די גריכישע און אַראַבישע חכמים נישט ווייניקער, ווי די ייִדישע. אין זײַן „אגרת־תּימן‟ דערקלערט ער, אַז אַן אמתער נבֿיא קאָן, אין פּרינציפּ, נישט זײַן קיין ייִד. רבי יוסף קאַרו, דער מחבר פֿונעם „שולחן־ערוך‟ באַמערקט, אַז על־פּי רמב״ם קאָן אַפֿילו אַן אָפּשטאַמלינג פֿון עמלק תּשובֿה טאָן און ווערן אַ כּשרער נישט־ייִד, וועלכן מע מוז אונטערהאַלטן און מכבד זײַן.
אַלמענטשלעכע אוניווערסאַלע מאָטיוון טרעפֿן זיך דאָך אינעם רמב״מס ווערק גאַנץ אָפֿט. אין „מורה נבֿוכים‟ דערמאָנט ער קיינמאָל נישט קיין חילוק צווישן ייִדישע און נישט־ייִדישע נשמות, און אין אַ בריוו צו רבי שמואל אבן תּיבון שטעלט ער אַריסטאָטל אויף דער מדרגה צווישן די תּנ״כישע נבֿיאים און די חז״ל. די פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס בײַ געוויסע רבנים האָט זיך געשאַפֿן אַ לאַנגע צווייפֿלהאַפֿטיקע טראַדיציע צו „פֿאַרטײַטשן און פֿאַרבעסערן‟ דעם רמב״מס כּוונות, ווי קעלנער דריקט זיך אויס מיט די ייִדישע ווערטער אין זײַן בוך. אַזאַ שיטה איז באַזונדערס פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט פֿון אַשכּנזישע ישיבֿות. דער מחבר פֿונעם נײַעם בוך ווײַזט קאָנקרעטע בײַשפּילן פֿון אַזעלכע פֿאַרקרימטע אָפּטײַטשן פֿונעם רמב״ם.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז קעלנער אַליין איז ווײַט פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם. ער איז אַן אויסגעשפּראָכענער רעכטער ציוניסט, וועלכער האַלט, אַז מדינת־ישׂראל פֿירט זיך אויף מער מאָראַליש, ווי די אַנדערע מלוכות, אַז בלויז ייִדן זענען דאָס אויסדערוויילטע פֿאָלק און אַז די אָרטאָדאָקסישע ייִדישקייט איז דער איינציקער וועג צום מענטשלעכן שלימות. דעם רמב״ם באַטראַכט ער ווי אַ „שטאַרקן נאַציאָנאַליסט‟, הגם אַזאַ באַצייכענונג איז, אַוודאי, אַן אַנאַכראָניסטישע. דער רמב״ם האָט באַטראַכט עם־ישׂראל ווי אַ רעליגיעזע עדה, פּונקט אַזוי ווי די איסלאַמישע „אומה‟, צווישן וועלכער ער האָט געוווינט. קעלנער גלייבט אָבער בפֿירוש נישט, אַז ייִדן פֿאַרמאָגן וועלכע־ניט־איז אײַנגעבוירענע מעלות.
בײַם סאַמע אָנהייב פֿונעם פֿאָרוואָרט צו זײַן בוך, דערמאָנט דער מחבר דעם עקסטרעמען פֿאַל פֿון הרבֿ יצחק שאַפּיראַ — דער אולטראַ־רעכטער ליובאַוויטשער ראָש־ישיבֿה, וועלכער האָט אינעם יאָר 2009 אַרויסגעגעבן דעם ספֿר „תּורה־המלך‟, וווּ עס שטייט געשריבן, אַז מע מעג הרגענען גויים, אַפֿילו אומשולדיקע. אָט־דער דאָזיקער עקלדיקער חיבור האָט פֿאַר קעלנערן געדינט ווי די סיבה, פֿאַרוואָס ער האָט באַשלאָסן אָפּצוּוואַרפֿן סיסטעמאַטיש שאַפּיראַס מסוכּנע און עקלדיקע אַרגומענטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.