אין האַמבורג, דײַטשלאַנד, האָט אַ גרופּע 14־יאָריקע מיידלעך, ס׳רובֿ פֿון זיי — פֿון מוסולמעניש־טערקישע משפּחות — אינטערוויויִרט אַ זינגערין פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער און דערבײַ זיך אַליין אויסגעלערנט אַ ייִדיש ליד.
די אַקטיוויטעט איז אַ טייל פֿון „געשיכטאָמאַט‟ — אַ פּראָיעקט, וואָס מוטיקט יונגע לײַט פֿונעם אַכטן קלאַס אויסצופֿאָרשן אַ טעמע אין שײַכות מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן, וואָס האָבן דאָרט אַ מאָל געוווינט, און צו שאַפֿן אַ קורצן ווידעאָ וועגן דעם. קיינער פֿון די תּלמידים זענען נישט קיין ייִדישע.
זינט „געשיכטאָמאַט‟ — אַ פּראָיעקט פֿונעם „אינסטיטוט פֿאַר דער געשיכטע פֿון די דײַטשע ייִדן‟ — איז געגרינדעט געוואָרן אין 2013, האָבן זיך שוין באַטייליקט אין אים מער ווי 300 ייִנגלעך און מיידלעך אין 17 שולן, און מער ווי 60 ווידעאָס זענען פּראָדוצירט געוואָרן, האָט קאַרמען סמיאַטאַטש, די דירעקטאָרין פֿון דער פּראָגראַם, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟.
„געשיכטאָמאַט‟ באַקומט פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער האַמבורגער מוניציפּאַליטעט און דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון רײַנהאַרט פֿראַנק‟, און ווערט דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיטן „האַמבורגער סענאַט־ביוראָ‟.
פֿאַרן חורבן האָבן אין האַמבורג געוווינט בערך 19,900 ייִדן; הײַנט באַשטייט די אָרטיקע ייִדישע קהילה פֿון בלויז 3,000 נפֿשות. אין יעדער שול, וואָס באַטייליקט זיך אין „געשיכטאָמאַט‟, לאָזט מען די תּלמידים פֿונעם אַכטן קלאַס אויסקלײַבן איינע פֿון פֿינף טעמעס וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין האַמבורג. במשך פֿון אַ וואָך, אונטערן אויפֿזיכט פֿון ספּעציאַליסטן אין דער אָרטיקער געשיכטע און מעדיאַ, אינטערוויויִרן די יונגע לײַט שײַכותדיקע קולטורעלע עקספּערטן; זיי באַזוכן מוזייען און אַרכיוון, זאַמלען פֿאָטאָגראַפֿיעס און שטעלן צונויף אַ פֿילם אויף זייער טעמע. אַלע פֿילמען ווערן אַרויפֿגעלאָדן אויף דער „געשיכטאָמאַט‟־וועבזײַט, און צו־ביסלעך, ווערט געשאַפֿן אַ דיגיטאַלישע מאַפּע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין האַמבורג, פֿונעם קוקווינקל פֿון די הײַנטיקע יונגע אײַנוווינער.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט מען דורכגעפֿירט דעם פּראָיעקט אין דער „געטע־שול‟, אין דער געגנט האַרבורג, דרום־האַמבורג, וווּ קאַרמען האָט צום ערשטן מאָל פֿאָרגעלייגט די טעמע „ייִדישע מוזיק‟. פֿינף מיידלעך, כּמעט אַלע פֿון טערקיש־מוסולמענישע משפּחות, האָבן זיך פֿאַרשריבן אויף דעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.