אין דער אַנגלאָ־סאַקסישער וועלט האָט מען נישט געהערט פֿון מאַריוס פֿון מײַענבורג. דער יונגער דײַטשישער (42 יאָר אַלט) דראַמאַטורג איז, פֿונדעסטוועגן, גוט באַקאַנט אויפֿן אַלטן קאָנטינענט. געענדיקט האָט ער די קונסט־אַקאַדעמיע אין מינכן, אין יאָר 1972, און זינט עטלעכע יאָר איז ער דער דראַמאַטורג פֿון דעם באַרימטן בערלינער טעאַטער — די „שויבינע‟.
ווייניק מענטשן אויף דער וועלט גייען צו דער אַרבעט, כּדי צו שרײַבן פּיעסן; מאַריוס פֿון מײַענבורג איז איינער פֿון זיי. דער גרויסער וואַרשעווער טעאַטער „טעאַטער ספּולטשעסנע‟ (דער הײַנטצײַטיקער טעאַטער) פֿירט די טעג דורך די לעצטע פּראָבעס פֿון מײַענבורגס פּיעסע „דער שטיין‟. די פּיעסע דערציילט ווי אַ ייִדישע משפּחה אין דרעזדען מוז אַנטלויפֿן פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און פֿאַרקויפֿט דערפֿאַר, בחצי־חינם, איר וווינונג. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז די שיינע ברחבֿותדיקע דירה ברענגט נישט קיין מזל די נײַע באַלעבאַטים.
די פּיעסע איז ווי געשריבן געוואָרן פֿאַר דעם פּוילישן עולם. נישט ווייניק פּאָליאַקן לעבן ביזן הײַנטיקן טאָג אין די הײַזער און דירות, וואָס זיי האָבן געירשנט, ויש אומרים, געלקחנט, בײַ ייִדן. אָפֿטמאָל דערציילט מען די קינדער און אייניקלעך אַ קופּע ליגנס וועגן דער דאָזיקער ירושה — סײַ אין דײַטשלאַנד און סײַ אין פּוילן.
דער פּוילישער טעאַטער, ווי מיר זעען, פֿאַרנעמט זיך כּסדר מיט דער ייִדישער טעמאַטיק. דאָס שטעלט דעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער פֿאַר אַ פּראָבלעם. מה־נשתּנה? מיט וואָס איז ער אַנדערש פֿון די פּוילישע טעאַטערס? כּל־זמן דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער האָט געשפּילט אין ייִדיש, איז דער ענטפֿער געווען אַ קלאָרער. איז אפֿשר כּדאי צו געבן אַ טראַכט וועגן שפּילן אַ קאַפּעטשקע מער אין ייִדיש אינעם ייִדישן טעאַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.