וואָס מיינט מען מיט דערפֿאָלג? פֿאַראַן פֿאַרשיידענערליי דערפֿאָלגן, צי דאָס איז אין משפּחה־לעבן, צי עקאָנאָמיש, דערציִעריש, פּאָליטיש, טעאַטראַליש, אין קונסט, אין שעפֿערישקייט, נישטאָ קיין סוף צו די טײַטשן פֿון דערפֿאָלג, אַלע ווילן צוקומען צום טעלערל פֿון הימל.
מײַנע לייענער ווייסן אַז איך שרײַב שוין איבער דרײַסיק יאָר פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ און האָב שטאַרק הנאה דערפֿון. זאָל איך עס רופֿן דערפֿאָלג? ווען מײַנע פּיעסעס ווערן געשפּילט איבער דער וועלט האָב איך דערגרײכט דערפֿאָלג? דער אמת איז אַז ס׳איז, לאָמיר זאָגן, אַ גוט געפֿיל וואָס פֿאַרגייט, ווײַל אויף צו מאָרגנס הייבט זיך אָן די טירחה אויף דאָס נײַ.
נאָך אין שלאָף הייב איך זיך אָן צו דאַרן דעם קאָפּ:
„הער זיך צו, מוח לעבן! שטעל צו אַ נײַעם געדאַנק! איך נודזשע זיך!“
האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז איך האָב מיט אַ צײַט צוריק געשריבן אַן אַרטיקעלע וועגן די ייִדן אַרום מיר אין פֿלאָרידע, ס’האָט געהייסן: „וווּ זײַנען מײַנע ייִדן?‟ אין יענעם אַרטיקל האָב איך אָפּגעשילדערט דעם עלטערן, אַמעריקאַנער ייִדישן דור וואָס לעבט אויף „האַו־אַר־יו?‟ און אויף „אײַם־פֿײַן‟; גיי ווייס ווער זיי זײַנען, זייער לעבן איז אַרײַנגעטאָן אין דאָקטוירים, טאַבלעטן און דעם „אוירלי־בוירד־ספּעשל‟ — ביליגערע פּרײַזן אין רעסטאָראַן אויב מ׳קומט צווישן פֿיר און זעקס נאָך מיטיק. זייער וויסן אין ייִדיש, ייִדיש לעבן, קולטור און ייִדישע ענינים, איז געגליכן צו אַ „טאַבולאַ ראַזאַ‟, אַ ליידיקן טאָוול. האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז אַ ייִד דאָ אין פֿלאָרידע, וואָס לייענט דעם „פֿאָרווערטס‟, וווינט נישט ווײַט פֿון מיר, איז דערגאַנגען מײַן טעלעפֿאָן־נומער דורך קאָלומביע־אוניווערסיטעט, מיר אָנגעקלונגען און פֿאַרפֿירט אַ שמועס וואָס דויערט ביזן הײַנטיקן טאָג. ער האָט מיר באַוויזן שוואַרץ אויף ווײַס אַז ער פֿירט ייִדיש־קלאַסן מיט ייִדיש־קענער, לייענער, און זיי לייענען הײַנט צו טאָג איציק מאַנגערס „בוך פֿון גן־עדן‟, זיי פּאַסמאַקעווען זיך ממש דערמיט און זײַנען זיך מחיה. כ׳בין געווען גערירט, בײַגעוווינט זײַנע קלאַסן און זיך געפֿילט אַ טראָפּעלע שולדיק. ווי עס זאָל נישט זײַן, שווער איבערצוגעבן ייִדישע ענינים על רגל אחת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.