(די 3 טע זײַט פֿון 3)
איך וויל וויסן ווער פֿון זיי קען ייִדיש. איז דער ענטפֿער געווען אַזאַ:
„מײַן באָבע, מײַן זיידע, מײַן מומע, מײַן פֿעטער… דאָ און דאָרט געדענקט מען אַ פּאָר ייִדישע ווערטער, ווי: שפּיל, שלימזל, קניש און קאַשע… איך ווײַז זיי דעם „פֿאָרווערטס‟, זיי שטוינען:
„דער ייִדישער ׳פֿאָרווערטס׳ גייט נאָך אַרויס? מײַן זיידע, מײַן פֿעטער, מײַן טאַטע, זיי האָבן געלייענט דעם ׳פֿאָרווערטס׳.‟ די דיסקוסיע האָט זיך צעפֿלאַקערט:
„איך געדענק נאָך דאָס ייִדישע ליד וואָס די באָבע פֿלעגט זינגען, ווי איז עס געגאַנגען? ׳אויפֿן פּריפּעטשיק׳, אַלע כאַפּן אונטער. זיבן ייִדישע פֿרויען און דרײַ קריסטלעכע.
די קריסטלעכע פֿרוי האָט דערציילט, אַז זי איז געווען אַ פּילאָטקע און געפֿירט עראָפּלאַנען אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, זי איז געווען אין דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה און געזען די טויט־לאַגערן, אפֿילו געזען אוישוויץ־בירקענאַו און נישט געגלייבט אירע אויגן. דאָ האָט זיך אַנטוויקלט אַ דיסקוסיע וועגן דעם „האָלאָקאָסט‟, דעם ייִדישן חורבן, דעם ביטערן אומקום. אַלע האָבן געקרעכצט און געוואָלט הערן מער.
איינע איז געווען אַ שטילע און איידעלע פֿרוי, זי האָט דערציילט אַז זי איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר אין אַן אָנגעזעענעם אוניווערסיטעט אין לאַנד, געמוזט וווינען אויף אַ מיליטערישער באַזע ווײַל איר מאַן איז געווען אַ מיליטערמאַן אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, און יעדעס מאָל ווען איר מאַן פֿלעגט זיך אומקערן אַהיים פֿון די מאַנעוורעס, פֿלעגט ער זי איבערלאָזן טראָגעדיק, זיבן מאָל האָט ער זיך אומגעקערט, האָט זי געבוירן זיבן קינדער.
איר פֿאַרשטייט, ליבע פֿרײַנט, אַ קוואַל מיט רייד וואָס האָבן געדויערט צוויי שעה, און זיי האָבן זיך נישט געוואָלט רירן פֿון אָרט. צו מאָרגנס האָבן זיי אַלע געקלונגען דער פֿאַרוואַלטונג פֿון הויז און דערציילט די גליקן פֿון נעכטיקן טאָג. האָט מיך די פֿאַרוואַלטונג אַרײַנגערופֿן און געוואָלט וויסן, ווי קומט עס וואָס אַ שמועס איז געווען אַזוי דערפֿאָלגרײַך? און ווען איז דער קומענדיקער צונויפֿקום, זיי ווילן אַלע בײַזײַן, ברענגען די פֿרויען, ברענגען די מענער, ברענגען דאָס גאַנצע הויז. האָב איך זיך דערשראָקן, אַזאַ דערפֿאָלג קען בלויז ברענגען אַ דורכפֿאַל, ווײַל וואָס קלענער דער עולם, אַלץ גרעסער די שׂמחה. אַן אָנגעלויף פֿון נײַגעריקע, שטומע נפֿשות וועט מיך אַוועקהרגענען. מ׳שטעלט מיך אָפּ אין הויז, אין ליפֿט, אין גאַס און מ׳וויל וויסן ווען וועט פֿאָרקומען די גרויסע שׁמחה, וווּ מ׳וועט קענען רעדן? זיי האָבן שוין נישט גערעדט יאָרן לאַנג. און איך שטוין, וווּ בין איך אַרײַנגעפֿאַלן, דאָס הייסט דערפֿאָלג? איין זאַך האָב איך מורא, אַז די קומענדיקע דורות וועלן געבוירן ווערן אָן צונגען און בלויז מיט איין פֿינגער וואָס זיי וועלן מוזן אָנווענדן בײַם שרײַבן אויפֿן קאָמפּיוטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.