(די 2 טע זײַט פֿון 3)
קום איך צו אַ צווייטן געדאַנק, עלעהײַ אַז אונדזער הויכע געבײַדע וווּ איך וווין, וואָס באַשטייט פֿון אַ דרײַ הונדערט מיט אַ סמיטשיק אײַנוווינער, וועלכע זײַנען אַזוי דערווײַטערט איינס פֿון אַנדערן, כאָטש גיי ווייס ווער זיי זײַנען.
דער דירעקטאָרן־ראַט האָט אַרגאַניזירט טעגלעכע אַקטיוויטעטן פֿאַר די אײַנוווינער, אַזעלכע אַקטיוויטעטן וואָס בײַ מיר הייסט עס גלאַט צײַט־פֿאַרטרײַב, צווישן זיי: בינגאָ, ברידזש, סתּם קאָרטן שפּילן, מאַזשאַנג טאָוול שפּיל, בענקל־יאָגאַ, איין מאָל אַ חודש קומען קאָמעדיאַנטן צו פֿאַרווײַלן דעם עולם, איין מאָל אַ וואָך — אַ פֿילם, און דאָס אַלץ שווײַגנדיקערהייט, מ׳רעדט נישט אַרויס קיין וואָרט צווישן זיך. די יונגע אײַנוווינער האַלטן נישט דערפֿון און באַווײַזן זיך נישט.
האָב איך באַשלאָסן אויסצוגעפֿינען ווער זײַנען מײַנע שכנים? איר ווייסט דאָך גאַנץ גוט, אַז דאָ אין אַמעריקע קען מען אָפּוווינען אַ לעבן לאַנג און נישט וויסן ווער עס וווינט אַנטקעגן איבער אײַער טיר. האָב איך באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן אַן אָוונט פֿון דיסקוסיע, אויף צו באַקענען זיך, פֿון כאַפּן אַ שמועס. איז הערט ווײַטער. עס האָבן זיך באַוויזן צען נײַגעריקע פֿרויען, און געוואָלט וויסן אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. האָב איך זיי דערקלערט: „איך וויל וויסן ווער איר זײַט? פֿון וואַנען איר שטאַמט? ווו זײַט איר געבוירן געוואָרן? ווער זײַנען געווען אײַערע טאַטעס און מאַמעס? מיט איין וואָרט, לאָמיר זיך באַקענען.‟
האָט איר שוין געדאַרפֿט הערן דעם אָפּרוף! זיי האָבן פֿאַרשיט אַלע גרײַפּלעך. צוויי פֿון זיי קומען פֿון ברוקלין, געגאַנגען אין דער זעלבער „סקול‟, געהאַט די זעלבע לערער, געוווינט טיר בײַ טיר, ממש לאַנדסלײַט. די פֿרייד איז געווען גרויס, מען איז זיך געפֿאַלן אין די אָרעמס, געקושט און געוויינט.
איינע, אַ שמייכלדיקע, גאָר אַ שיינע פֿרוי, באַצירט מיט בריליאַנטן, האָט דערציילט אַז זי האָט שוין אָפּגעגט פֿינף מענער, מענער מיט ליבע און אָן ליבע. דער לעצטער מאַן איז דער בעסטער, זי וווינט שוין מיט אים איבער צען יאָר, ער לײַדט פֿון אַן אומהיילבאַרער קרענק. מיטן דריטן מאַן האָט זי געהאַט צוויי קינדער, וווילע און גוטע קינדער וואָס זײַנען צעזײַט און צעשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד, אפֿילו אין אויסלאַנד, מ’‟קלינגט זיך פֿון צײַט צו צײַט: „האַו־אַר־יו?‟; „פֿײַן‟, און „האַו־אַר־יו?‟; „פֿײַן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.