אַ צאָל תּימנער נײַעס־וועבזײַטן און צײַטונגען האָבן איבערגעגעבן, אַז דעם 4טן מאַרץ איז אַ 17־יאָריקער ייִד מיטן נאָמען אַהרן אַלבוחי דערהרגעט געוואָרן בעת אַ צוזאַמעשטויס צווישן די אויפֿשטענדער און דער סאַודישער אַרמיי, קעמפֿנדיק אויפֿן צד פֿון די אויפֿשטענדלער. לויט דער אַראַבישער פּרעסע, האָבן זיי געצוווּנגען אַ צאָל אָרטיקע ייִדן זיך צו באַטייליקן אין דער מלחמה.
בעת אַ בלוטיקן קאָנפֿליקט איז שווער צו באַשטעטיקן די ידיעות פֿונעם שלאַכט־פֿראָנט. נישט זעלטן פֿאַרשפּרייטן זיך אויף דער אינטערנעץ פֿאַרקרימטע און אינגאַנצן אויסגעטראַכטע מעשׂיות וועגן דעם מהומהדיקן מצבֿ אין תּימן. אויב דער דערמאָנטער אינצידענט איז טאַקע יאָ געשען, קאָן עס זײַן אַ סימן, אַז דער אונטערגאַנג פֿונעם ייִדישן לעבן אינעם אוראַלטן לאַנד קומט הײַנט צו אַ טראַגישן סוף.
די ייִדישע טעמע ווערט הײַנט זעלטן דערמאָנט צווישן די נײַעס וועגן תּימן, הגם דאָרטן וווינט נאָך אַ קליינע צאָל ייִדן, וואָס רעפּרעזענטירן איינע פֿון די עלטסטע און אייגנאַרטיקסטע עדות אין דער וועלט, וואָס האָט זיך כּסדר אַנטוויקלט, צום ווייניקסטן, במשך פֿון 2000 יאָר, און געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער און וועלט־געשיכטע. די תּימנער ייִדן אַליין גלייבן, אַז ייִדן האָבן שוין באַזעצט דאָס לאַנד אין שלמה המלכס צײַטן.
אַבו אַל־פֿידאַ, אַן אַראַביש־קורדישער היסטאָריקער פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, האָט געגלייבט, אַז אין זײַן תּקופֿה איז די ייִדישע קהילה שוין געווען כּמעט 3000 יאָר אַלט — אַזוי טיף און נאַטירלעך איז זי אײַנגעוואָרצלט געוואָרן אינעם קולטורעלן לאַנדשאַפֿט פֿונעם לאַנד. אַזוי צי אַזוי, האָבן די אַרכעאָלאָגן באַשטעטיקט, אַז דאָס ייִדישע לעבן האָט געבליט אין תּימן אינעם 2טן יאָרהונדערט.
ס׳איז אינטערעסאַנט און מערקווירדיק, אַז די הײַנטיקע ייִדישע אינסטיטוציעס אין תּימן זענען פֿאַרבונדן מיט די אַמעריקאַנער סאַטמאַרער חסידים. צום באַדויערן, הגם די חסידישע טוער פֿאַרשפּרייטן פֿרומקייט, אינטערעסירט זיי ווייניק די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿונעם תּימנער נוסח ייִדישקייט אין אַמעריקע. אַדרבה, זיי שאַפֿן איצט אַ נײַעם דור ייִדיש־רעדער מיט טונקעלע פּנימער און מיזרחדיקע וואָרצלען.
אינעם שטעטל רײַדאַ האַלטן די סאַטמאַרער אונטער אַ קליינע ישיבֿה. נישט ווײַט פֿון דער שטאָט פֿונקציאָירט אַ שיל, אַ מיקווה, אַן אַנדער ישיבֿה און אַ ייִדישע מיידל־שיל. אויב די מלחמה וועט אָנגיין ווײַטער אין תּימן, וועלן די לעצטע רעשטלעך פֿון דער אָרטיקער קהילה, אַפּנים, זיך אַריבערפּעקלען, מיט דער הילף פֿון די אַמעריקאַנער עסקנים, קיין מאָנסי און קרית־יואל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.