די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די ישׂראלדיקע ייִדישע פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיטן פֿאַרלאַג Mayapple Press, אַרויסצוגעבן אַ בוך, וווּ יעדעס ליד אירס וועט באַגלייט ווערן מיט דער ענגלישער איבערזעצונג. צום ערשטן מאָל, וועט דער ברייטער ענגליש־רעדנדיקער עולם האָבן צוטריט צו רבֿקה באַסמאַנס ווערק.
דאָס בוך וועט הייסן „דאָס דרײַצנטע יאָר‟, און די איבערזעצערין איז ד״ר זעלדאַ ניומאַן, אַ לינגוויסטין פֿון העברעיִש און ייִדיש, און אַ נאָענטע חבֿרטע פֿון דער פּאָעטעסע.
אַ סך פֿון באַסמאַנס לידער האָט מען שוין אַרויסגעלאָזט אויף העברעיִש, אָבער אויף ענגליש האָט מען בלויז אָפּגעדרוקט איינצלנע לידער: אין דער אַנטאָלאָגיע „טראָט בײַ טראָט‟ (2009), רעדאַגירט פֿון ד״ר עליסאַ בן־פּורת און מאַרגעריטאַ פּאַסוטשי, און אין די זשורנאַלן „הדסה‟, Midstream און דעם אינטערנעץ־זשורנאַל Mendele Review.
במשך פֿון די יאָרן האָט באַסמאַן, וועלכע וווינט אין הרצליה־פּיתוח, פּובליקירט 10 ביכער פּאָעזיע. איר לעצט בוך, „לידערהיים‟, איז אַרויסגעגאַנגען אין 2013. זי האָט שוין געוווּנען אַ צאָל פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט דעם „איציק מאַנגער פּריז‟ אין 1984, דעם „דוד האָפֿשטיין פּריז‟ אין 1992, דעם „בית שלום־עליכם פּריז‟ אין 1994, דעם „לייב מלאך פּריז‟ אין 1995 און דעם „מענדעלע־פּריז‟ אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1997.
באַסמאַן איז געווען אַ טייל פֿון די „יונג־ישׂראל‟ — דער קלוב, וואָס דער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער האָט געגרידנעט אין די 1950ער יאָרן פֿאַר די ייִדיש־שפּראַכיקע שרײַבער, וואָס וווינען אין ישׂראל. צווישן די אַנדערע מיטגלידער פֿון „יונג ישׂראל‟: משה יונגמאַן, רחל פֿישמאַן, צבֿי אײַזנמאַן, יאָסל בירשטיין, בנימין הרושאָווסקי (האַרשאַוו), שלמה וואָרזאָגער און אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש.
„באַסמאַן איז אַ לירישע דיכטערין מיט אַן עלעגאַנטן חוש פֿון פֿערזע־פֿאָרמען און ריטמען אויף ייִדיש, וואָס איז, אַ פּנים, שטאַרק משפּיע געוואָרן פֿון דער העברעיִשער פּאָעזיע און דער ישׂראלדיקער לאַנדשאַפֿט,‟ האָט דער ליטעראַטור־פֿאָרשער ד״ר מאַרק קאַפּלאַן איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. „זי גיט צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי אַ ישׂראלדיקע ליטעראַטור וואָלט אויכעט געקענט בליִען אויף ייִדיש, און זי דערמאָנט, אַז מיט קנאַפּע צוויי דורות פֿריִער איז נישט געווען אומגעוויינטלעך, אַז אַ שרײַבער זאָל האָבן געשריבן אין ביידע שפּראַכן, אַז די קוואַלן פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור פֿליסן אַרויס פֿונעם זעלבן שטראָם.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.