(די 3 טע זײַט פֿון 3)
רבֿקה באַסמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1925 אין ווילקאָמיר, ליטע. אין אַ ביאָגראַפֿישער נאָטיץ פֿונעם Jewish Women’s Archive, דערציילט ניומאַן, אַז רבֿקה האָט קינדווײַז, ווי די אַנדערע תּלמידים אין איר קלאַס, געלייענט און שטאַרק הנאה געהאַט פֿון די לידער און דערציילונגען פֿון קאַדיע מאַלעדאָווסקי.
רבֿקהס מאַמע איז ניפֿטר געוואָרן אין 1930. איר טאַטע און ברודערל, אַרעלע, זענען ביידע דערהרגעט געוואָרן פֿון די דײַטשן.
רבֿקה האָט צוויי יאָר לאַנג געוווינט אין דער ווילנער געטאָ און דערנאָך איז זי דעפּאָרטירט געוואָרן אינעם ריגער קאָנצענטראַציע־לאַגער, קײַזערוואַלד. ניומאַן דערציילט, אַז רבֿקה און צוויי אַנדערע מיידלעך האָבן דאָרט באַשלאָסן, אַז יעדן טאָג וועט איטלעכע פֿון זיי טאָן עפּעס צו מונטערן דאָס געמיט פֿון די פֿרויען אינעם לאַגער: איינע האָט געזונגען אַ ליד, אַ צווייטע האָט געטאַנצט און אַ דריטע האָט רעציטירט אַ ליד, וואָס זי האָט אַליין געשאַפֿן.
„רבֿקה באַסמאַן האָט יעדן טאָג אָנגעשריבן און רעציטירט אַ ליד,‟ שרײַבט ניומאַן. „ווען דער לאַגער איז ליקווידירט געוואָרן, האָט זי צונויפֿגעקאַטשעט דאָס בייגעלע פּאַפּיר, וווּ זי האָט פֿאַרשריבן די לידער, געלייגט עס אונטער דער צונג און אַזוי באַוויזן צו ראַטעווען די לידער.‟
באַסמאַן האָט יענע לידער קיין מאָל נישט אָפּגעדרוקט, ווײַל זי האַלט, אַז זיי זענען בלויז האַלב־דערבאַקן, און דערפֿאַר האָט זי בדעה זיי איבערצוגעבן „יד־ושם‟ ווי אַ געשיכטע־דאָקומענט, האָט ניומאַן געזאָגט.
נאָך דער מלחמה האָט רבֿקה חתונה געהאַט מיט שמואל („מולאַ‟) בן־חיים. אין איינעם האָבן זיי זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער „בריחה‟, אַ באַוועגונג, וואָס האָט בשתּיקה געהאָלפֿן איבערצושיקן די ייִדישע פּליטים קיין ארץ־ישׂראל. ווען דאָס פּאָרל איז אָנגעקומען אין פּאַלעסטינע, האָבן זיי זיך באַזעצט אין קיבוץ המעפּיל, וווּ רבֿקה האָט ממשיך געווען איר שרײַבן ייִדישע פּאָעזיע.
צווישן 1963 און 1965 האָט איר מאַן געדינט ווי דער ישׂראלדיקער קולטור־שליח אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און זי איז געוואָרן אַ לערערין פֿאַר די קינדער פֿון די ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן אין מאָסקווע. גלײַכצײַטיק האָט זי אָנגעקניפּט אַ געהיימע פֿאַרבינדונג צווישן די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער און דער דרויסנדיקער וועלט.
הגם רבֿקה באַסמאַן איז שוין 90 יאָר אַלט, פֿאַרמאָגט זי נאָך אַלץ אירע שאַפֿערישע כּוחות, און איז שוין לאַנגע יאָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿונעם ייִדישן קולטור־צענטער „בית־לייוויק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.