(די 3 טע זײַט פֿון 3)
נו, און אַחוץ דער מגילה?
דורך אַ קאָנטאַקט, צוגעשטעלט דורך מײַן פּלימעניק, דניאל שעכטער (וואָס האָט פֿאַרבראַכט אַ סך חדשים אויפֿן דרומדיקן קאָנטינענט), האָבן מיר זיך אין דער שטאָט פּאַנאַמע באַקענט מיט דער פֿאַרצווײַגטער סירישער משפּחה דיין. דאָס איז גאָר אַ פֿאַרמעגלעכע משפּחה (ווי אַ גרויסער טייל פֿון די אָרטיקע ייִדישע משפּחות וואָס אַרבעטן בײַ מיסחר), וואָס וווינט אין אַ רחבֿותדיקער, עלעגאַנטער דירה העכער פֿערציק גאָרנס איבער דער שטאָט. די משפּחה איז זייער אַ בכּבֿודיקע: דער 24־יאָריקער זון ריימאָנד האָט אונדז געוויזן אַ פּרעכטיקן אײַנגערעמטן משפּחה־בוים אויף דער וואַנט, וואָס ווײַזט קלאָר אָן, אַז די משפּחה ציט איר ייִחוס־קייט העט פֿון דוד המלך! אויך טשיקאַווע, וואָס דער קאָמיקער דזשערי סײַנפֿעלד געפֿינט זיך אויף דעם משפּחה־בוים: ער האָט, ווײַזט זיך אַרויס, חתונה געהאַט מיט ריימאָנדס אַ גליד־גליד־גליד־גליד־גליד־גליד־גליד־שוועסטערקינד (eighth cousin בלע״ז)!
בקיצור: די משפּחה דיין האָט אונדז גערן אויפֿגענומען; אַלבערטאָ און גיי דיין (ריימאָנדס טאַטע־מאַמע) האָבן אונדז פֿאַרבעטן סײַ אויפֿן אָפּפֿאַסטן נאָך אסתּר־תּענית (דעם טאָג פֿאַר פּורים), סײַ אויף דער פּורים־סעודה גופֿא. מיר האָבן טועם געווען פֿאַרשידענע ספֿרדישע דעליקאַטעסן, למשל, דעם סירישן לאַכמאַדזשין, וואָס באַשטייט פֿון אַ געמיש פֿון האַקפֿלייש, טאַמאַרינד, צימערינג, פּאָמידאָרן־פּאַסטע און אַנדערע בשׂמים, באַשמירט אויף אַ קײַלעכיקן שיכט טייג. דער מאכל איז געווען טעם גן־עדן און האָט ממש אַ קיצל געטאָן אין אַלע ווינקלען פֿון מויל!
קיין קאָסטיומען אויף דער גאַס האָבן מיר דווקא נישט געזען. אַז כ׳האָב זיך נאָכגעפֿרעגט האָט מען געזאָגט, אַז דאָס פֿאַרשטעלט מען זיך נאָר אין דער היים און אין דער שול.
און שלח־מנות צעטראָגט מען אַוודאי — ס׳איז דאָך אַ מיצווה, נאָר אַזוי ווי אַ סך פֿון די באַמיטלטע ייִדן וווינען אויף הויכע גאָרנס, לאָזט מען איבער דעם שלח־מנות אינעם לאַבי פֿון די דירות־הײַזער, אַלע אויסגעשטעלט איינער נאָכן צווייטן אין אַ ריי לעבן דעם ליפֿט, הינטערן טירוועכטער, אַזוי אַז די משפּחות זאָלן, בײַם אָקומען אַהיים, אָפּנעמען דעם שלח־מנות.
בקיצור: אַן אומגעוויינלעכער פּורים אין אַ (מיר) פֿריִער אומבאַקאַנטן ייִדישן ווינקל פֿון דער וועלט. איבער אַ יאָר פּורים — מערטשעם אין אַן אַנדער לאַנד!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.