נײַעס פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published April 25, 2016, issue of May 13, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

ײִדישע װעטעראַנען דערמאָנען געפֿאַלענע חבֿרים און פֿרײַנד

די אָרגאָניזאַציע „װײדזשעקס“, װאָס באַשטײט פֿון ײִדישע װעטעראַנען װעלכע האָבן געדינט אין דער אױסטראַלישער אַרמײ, האָט אָרגאָניזירט אַן אַזכּרה נאָך די געפֿאַלענע חבֿרים און פֿרײַנד אױפֿן ײִדישן בית־עולם. די אַזכּרה איז פֿאָרגעקומען דעם טאָג װען די אױסטראַליער גיבן אָפּ כּבֿוד די געפֿאַלענע און די לעבן־געבליבענע סאָלדאַטן און קראַנקן־שװעסטער װעלכע האָבן באַדינט איר מיליטער במשך פֿון די יאָרן.

דער טאָג מערקט אױך אָפּ די יאָרצײַט פֿונעם טאָג װען אױסטראַליע, נײַ־זעלאַנד, קאַנאַדע און בריטאַניע האָבן אַטאַקירט גאַליפּאָליע אין טערקײַ אין 1915 בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. דער אָנפֿאַל האָט נישט געהאַט קײן מיליטערישע הצלחה. דער טאָג הײסט „ענזעק“ טאָג.

מאָדעל־סדרים

ײִדישע טאָגשולן, יוגנט־גרופּעס, אָרגאָניזאַציעס, שילן און מושבֿ־זקנימס אין מעלבורן און אַנדערע שטעט האָבן צוגעגרײט און אָנגעפֿירט מיט ספּעציאַליזירטע סדרים פֿאַר זײערע תּלמידים, תּלמידות, מיטגלידער, אײַנװױנער, אונטערשטיצער און פֿרײַנד פֿאַר און בעת די פּסח שול־פֿעריען.