שטעלט זיך פֿאָר, אַז ערבֿ יום־השואה קוקט איר אויפֿן פֿרײַען הימל איבער מאַנהעטן און זעט, ווי פֿינף עראָפּלאַנען „שרײַבן‟ מיט רויך אין ריזיקע אותיות, וואָס מע קען זען פֿון מײַלן אַוועק, אַז דער חורבן איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה.
ווי אַזוי וואָלט איר זיך געפֿילט?
שטעלט זיך פֿאָר, אַז איר דערוויסט זיך שפּעטער, אַז אינעם זעלביקן טאָג איז דערשינען אין דער „וואַשינגטאָן־פּאָסט‟ אַ רעקלאַמע פֿון אַ גאַנצער זײַט וואָס טענהט, אַז כאָטש געוויסע ייִדן זענען יאָ דערמאָרדעט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז עס קיין גענאָציד ניט געווען און אַז די ייִדן זענען אַליין געווען שולדיק אין דעם.
ווי אַזוי וואָלט די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה רעאַגירט אויף דעם?
און שטעלט זיך פֿאָר, אַז אַ ריזיקע רעקלאַמע־שילד פֿון עטלעכע מעטער מיטן זעלביקן אַנאָנס וואָלט אַרויסגעשטעלט געוואָרן אין „טײַמס־סקווער‟ גלײַך פֿאַר דעם, וואָס צענדליקער טויזנטער ייִדן קומען זיך צוזאַמען דאָרטן, כּדי אָפּצומערקן קרישטאָלנאַכט?
צו וועמען וואָלט איר זיך געוואָנדן? צי וואָלט איר זיך געפֿילט פֿאַרזיכערט צו וווינען אין ניו־יאָרק?
פֿאַר די אַרמענער דאָ אין אַמעריקע איז דאָס, צום באַדויערן, ניט קיין אויסגעטראַכטער סצענאַר. דעם 20סטן אַפּריל, אַ פּאָר טעג פֿאַר דער 101טער יאָרצײַט פֿונעם אָנהייב פֿונעם אַרמענער גענאָציד, האָבן פֿינף עראָפּלאַנען טאַקע געשריבן מיט רויך איבערן „האָדסאָן‟־טײַך, אַז דער גענאָציד קעגן די אַרמענער איז אַ „ליגן‟. דעם זעלביקן טאָג איז טאַקע אינעם „וואַשינגטאָן־פּאָסט‟ דערשינען אַ רעקלאַמע אויף אַ גאַנצן זײַטל וואָס האָט דערקלערט, אַז כאָטש געוויסע אַרמענער זענען יאָ דערהרגעט געוואָרן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה איז עס קיין גענאָציד ניט געווען און אַז שולדיק אין דעם זענען געווען די אַרמענער אַליין. ווען צענדליקער טויזנטער אַרמענער־אַמעריקאַנער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין „טײַמס־סקווער‟, כּדי אָפּצומערקן דעם טרויעריק־באַרימטן טאָג, דעם 24סטן אַפּריל 1915, ווען די אָסמאַנישע רעגירונג האָט אַרעסטירט 250 פֿון די פּראָמינענטסטע אַרמענישע בירגער — דעם ערשטן פּאָגראָם פֿונעם גענאָציד — האָבן די פֿאַרזאַמלטע טאַקע געמוזט זען אַ ריזיקע רעקלאַמע־שילד וואָס האָט אָפּגעלייקנט די שחיטה.
וואָס שייך דער היסטאָרישער ווירקלעכקייט פֿונעם אַרמענער גענאָציד איז פּשוט ניטאָ וואָס צו דיסקוטירן. צווישן די יאָרן 1915 און 1923 האָט די אָסמאַנישע רעגירונג סיסטעמאַטיש און בכּיוון אויסגעראָטן, אויף אַ ריי גרויזאַמע אופֿנים, אַרום 1.5 מיליאָן אַרמענער. ווי עס האָבן איבערגעגעבן הונדערטער דעמאָלטיקע אַרטיקלען אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟ אַליין האָבן די טערקן איבערגענומען דעם האָב־און־גוטס בײַ די אַרמענער אין טויזנטער דערפֿער, דאָרטן אויסגעהרגעט די יונגע מענער און פֿאַרשיקט די פֿרויען, קינדער און עלטערע לײַט אויף טויט־מאַרשן אינעם סירישן מידבר. בעת די מאַרשן האָבן סאָלדאַטן פֿאַרגוואַלדיקט די אַרמענישע מיידלעך אין די טויזנטער, און סתּם דערשאָסן מענטשן אויף טראַף. לויט דיפּלאָמאַטישע קוואַלן איז דער ריזיקער פּרת־טײַך (Euphrates) איבערגעפֿילט געוואָרן מיט צענדליקער טויזנטער מתים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.