(די 3 טע זײַט פֿון 3)
אין 2007, ווען דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט ניט באַשטעטיקט אַ געזעץ־פּראָיעקט צו אָנערקענען דעם אַרמענער־גענאָציד, האָט דער דעמאָלטיקער סענאַטאָר אָבאַמאַ קריטיקירט זײַנע קאָלעגן פֿאַרן שטימען קעגן דעם פֿאָרשלאָג. אין יאַנואַר 2008 האָט אָבאַמאַ אויך זייער שאַרף קריטיקירט דעם באַשלוס פֿונעם אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטעריום אָפּצוזאָגן דעם אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין אַרמעניע דזשאָן עוואַנס פֿאַרן באַנוצן זיך מיטן וואָרט גענאָציד. אָבאַמאַ האָט צו יענער צײַט צוגעזאָגט, אַז ווען ער וועט דערוויילט ווערן פּרעזידענט, וועט ער שטענדיק אָנערקענען, אַז די טערקן האָבן געמאַכט אַ גענאָציד קעגן די אַרמענער. אָבער ניט געקוקט אויף זײַנע פּראָמינענטע צוזאָגן, האָט אָבאַמאַ פֿאַקטיש זיך קיינמאָל ניט אָפֿיציעל באַנוצט מיטן וואָרט גענאָציד ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט — אַ פּנים, אויס מורא, ווי אַזוי די טערקן וועלן רעאַגירן אויף דעם.
אויף אַן ענלעכן אופֿן האָט אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער געוועזענער שעף פֿון דער „אַנטי־דעפֿימאַציע־ליגע‟ געשאַפֿן אַ סך קאָנטראָווערסיע אין 2007, ווען ער האָט דערמוטיקט דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס ניט צו אָנערקענען דעם גענאָציד. ער האָט דעמאָלט דערקלערט, אַז די אינטערעסן פֿון ישׂראל (וואָס אָנערקענט אויך ניט דעם גענאָציד) און די טערקישע ייִדן זענען וויכטיקער פֿאַר זײַן אָרגאַניזאַציע ווי דאָס וואָס מע זאָל אָנרופֿן די אויסראָטונג פֿון די אַרמענער. אַנדרו טאַרסי, דער דעמאָלטיקער אָנפֿירער פֿונעם ניו־ענגלאַנדער צווײַג פֿון דער ADL איז דעמאָלט אָפּגעזאָגט געוואָרן נאָך דעם, וואָס ער האָט טעלעפֿאָניש דערקלערט אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, אַז ער, טאַרסי, קען ניט פֿאַרטיידיקן די פּאָליטיק פֿון דער ADL צוליב „מאָראַלישע‟ סיבות. די ADL איז דערנאָך אַרויסגעקומען מיט אַ גאָר פּחדנישער דערקלערונג, אַז די געשעענישן אין דער אָסמאָנישער אימפּעריע זענען געווען „גלײַך צו אַ גענאָציד‟ אָבער אַז די שטרעבונג אָפֿיציעל צו אָנערקענען דעם גענאָציד אינעם קאָנגרעס וועט גאָרניט העלפֿן און וועט אפֿשר שטעלן אין געפֿאַר די ייִדן אין טערקײַ און די באַציִונג צווישן ישׂראל און טערקײַ.
מיט זיבן יאָר שפּעטער, נאָך אַ סך פּראָטעסטן, האָט פֿאָקסמאַן אין 2014 אָפֿיציעל אָנערקענט דעם אַרמענער־גענאָציד. צו יענער צײַט האָט די „אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמיטעט‟ אויך געביטן זײַן פּאָליטיק און באַשלאָסן צו פֿאָלגן דעם שריט פֿונעם ADL. צוזאַמען מיט איר אָנערקענען הײַנט צענדליקער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט „דעם פֿאַרבאַנד פֿאַר רעפֿאָרם־ייִדישקייט‟, „די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע‟, און דער „צענטראַלער ראָט פֿאַר ייִדישע ענינים‟, די טערקישע פֿאַרברעכנס קעגן דער מענטשהייט ווי גענאָציד. ס׳איז אָבער ווײַט ניט גענוג; ס׳רובֿ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן נאָך אַלץ ניט קיין פֿעסטע פּאָליטיק וועגן דעם ענין.
די אַנומלטיקע חוצפּהדיקע פּרוּוון אָפּצולייקענען דעם היסטאָרישן אמת ווײַזן בולט אָן, פֿאַר וואָס די ייִדישע קהילה מוז, מיט איין קול, אָנערקענען דעם אַרמענער גענאָציד און דערמוטיקן די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע רעגירונגען דאָס אויך צו טאָן. קודם־כּל, פֿאַרשטייען מיר ווי ייִדן, בעסער ווי קיין פֿאָלק אויף דער וועלט, וואָס עס הייסט דורכצומאַכן אַ גענאָציד און ווי עס פֿילט זיך, ווען מענטשן לייקענען אָפּ, אַז דער זעלביקער גענאָציד איז אַפֿילו פֿאָרגעקומען. אַחוץ דעם וואָס ס׳איז סתּם די מאָראַלישע זאַך צו טאָן, איז דאָ אַ סך וואָס מע קען אָפּלערנען בײַ די אַרמענער אויב מיר דריקן אויס אונדזער אַחדות און אַרבעטן צוזאַמען מיט זיי. ווי אַ פֿאָלק וואָס האָט דורכגעמאַכט אַ גענאָציד נאָך פֿאַר אונדז, קענען מיר אַ סך זיך אָפּלערנען פֿון זיי וועגן דעם, ווי אַזוי מע קען געדענקען אַזאַ טראַגעדיע נאָך דעם, וואָס ס׳זענען שוין כּמעט מער ניטאָ קיין עדות. עס וואָלט אויך, פֿאַרשטייט זיך, ניט געשאַט צו האָבן נאָך אַ שטאַרקן אַליִיִרטן פֿאָלק אינעם קאַמף קעגן דער חורבן־אָפּלײקערײַ.
אויב מע שווײַגט ווען אַנדערע לייקענען אָפּ אַ גענאָציד, גיט עס מוט יענע מענטשן, וואָס וואָלטן טאַקע געוואָלט דורכפֿירן ענלעכע פֿאַרברעכנס. ווי עס גיט איבער אַ שילד אינעם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן, האָט אַדאָלף היטלער י״ש דערמוטיקט זײַנע גענעראַלן האַרט פֿאַר דער אינוואַזיע פֿון פּוילן מיט דער פֿראַגע: „עמעצער רעדט דען הײַנט וועגן דער אויסראָטונג פֿון די אַרמענער?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.