(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אין אַ מאָדנעם פֿאָרשפּיל פֿונעם ייִדישן חורבן, זענען טויזנטער אַרמענער אַרײַנגעקוועטשט געוואָרן אין ענגע באַן־וואַגאָנען וואָס האָבן דערפֿירט צו זייער טויט. אַ סך פֿון די וואָס האָבן דערגרייכט דעם מידבר, אָדער דורך די טויט־מאַרשן, אָדער אויף די באַנען, זענען דערנאָך אַרײַנגעצוימט געוואָרן אין קאָנצענטראַציע־לאַגערן, וווּ זיי זענען אויסגעגאַנגען פֿון דאָרשט. אין אַנדערע ערטער האָט מען דערהרגעט קינדער מיט איבערדאָזעס פֿון מאָרפֿין און אין אַ פּאָר פֿאַלן האָבן די טערקן דערהרגעט אַרמענישע קינדער מאַסנווײַז אין זייערע שולן מיט אַ גיפֿטיקן גאַז.
די דעמאָלטיקע פּרעסע האָט פּרטימדיק דערקלערט, אַז די הריגות זענען ניט געווען סתּם צופֿעליקע שלעטכע אַקטן פֿון געוויסע סאָלדאַטן, נאָר אַ בולטע און בכּיוונדיקע פּאָליטיק מצד דער טערקישער רעגירונג. ווי עס גיט איבער איין אַרטיקל אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿונעם 7טן נאָוועמבער 1915 מיטן קעפּל „800,000 אַרמענער ווערן גערעכנט פֿאַר פֿאַרטיליקט‟, האָט וויסקאָונט ברײַס, אַ געוועזענער בריטישער אַמבאַסאַדאָר אין אַמעריקע דערציילט דעם בריטישן פּאַרלאַמענט, אַז די „טויטפֿאַלן פֿון די דאָזיקע מענטשן זענען דער רעזולטאַט פֿון דער בכּיוונדיקער און אויספּלאַנירטער פּאָליטיק פֿון דער באַנדע, וואָס פֿירט איצט אָן מיט דער טערקישער רעגירונג. יעדער באַפֿעל דורכצופֿירן די דאָזיקע הריגות איז געקומען דירעקט פֿון קאָנסטאַנטינאָפּאָל‟.
דער זעלביקער אַרטיקל האָט דערקלערט, אַז כּמעט דאָס גאַנצע אַרמענער פֿאָלק, אין ריזיקע טיילן פֿון דער אָסמאָנישער אימפּעריע, איז צו יענער צײַט אויסגעהרגעט געוואָרן. אַנדערע דעמאָלטיקע אַרטיקלען האָבן פּינקטלעך באַשריבן די געשעענישן ווי די „אויסראָטונג פֿון אַ פֿאָלק‟ אָדער די „פֿאַרטיליקונג פֿון דער אַרמענישער ראַסע‟. ס׳איז ניט קיין וווּנדער דערפֿאַר, וואָס דער פּויליש־ייִדישער אַדוואָקאַט רפֿאל לעמקין האָט דווקא געהאַט די אַרמענישע קאַטאַסטראָפֿע אין זינען, צוזאַמען מיט דער אויסראָטונג פֿון זײַנע אייגענע קרובֿים אינעם ייִדישן חורבן, ווען ער האָט אין 1943 אויסגעטראַכט דאָס וואָרט „גענאָציד‟ (דאָס הייסט בוכשטעבלעך: דאָס אויסהרגענען אַ שבֿט).
די אַרמענער קהילה אין אַמעריקע האָט, פֿאַרשטייט זיך, שאַרף פּראָטעסטירט קעגן דער קאַמפּאַניע פֿון דער גרופּע Fact Check Armenia אָפּצולייקענען דעם היסטאָרישן אמת וועגן דער פֿאַרטיליקונג פֿון זייערע אָבֿות. צום באַדויערן, האָט די ייִדישע קהילה זיך כּמעט אין גאַנצן ניט אָפּגערופֿן אויף דעם. אַ גרויסע סיבה דערפֿאַר איז ווײַל די הײַנטיקע טערקישע רעגירונג לייקנט בכלל אָפּ, אַז די גרינדער פֿונעם מאָדערנעם טערקײַ זענען באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן קעגן דער מענטשהייט. צוליב דעם, וואָס טערקײַ שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער וועלט־פּאָליטיק בכלל און אין דער מיטעלן־מיזרחדיקער פּאָליטיק בפֿרט, האָבן אַ סך אָרגאַניזאַציעס און פּאָליטיקער, די אַמעריקאַנער ייִדישע בתוכם, מורא זי צו באַליידיקן.
דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ איז אַ גוטער משל דערפֿון. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס 44 אַמעריקאַנער שטאַטן אָנערקענען יאָ די הריגות איבער די אַרמענער ווי אַ גענאָציד, באַנוצט די פֿעדעראַלע רעגירונג ניט דאָס וואָרט „גענאָציד‟ צו באַשרײַבן די גרויליקע געשעענישן, אויס מורא, אַז טערקײַ, וווּ עס געפֿינען זיך אַ סך וויכטיקע אַמעריקאַנער מיליטערישע באַזעס, וועט אויפֿהערן מיטצואַרבעטן מיט דער אַמעריקאַנער אַרמיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.