(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ליבער האָט גראַדויִרט מיט אַ באַקאַלאַווער־דיפּלאָם אין בוקאַרעשט און צו 15 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן. ער האָט געאַרבעט ווי אַ לערער און געוואָרן נאָענט צו דער רומעניש־סאָציאַליסטישער באַוועגונג און דערנאָך שטודירט מעדיצין אין ווין.
אין 1904 ער ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט שטודירט פֿאָלקס־געזונט אין ניו־יאָרק. אין אַ צאָל ייִדישע צײַטונגען האָט ער געדרוקט אַרטיקלען וועגן היגיענע, וועגעטאַריזם, פֿרײַער דערציִונג און געזונט. פֿון 1910 ביז 1917 האָט ער אַרויסגעגעבן די זשורנאַלן „אונדזער געזונט‟ און „דאָס ראַציאָנאַלע לעבן‟ ווי אַ פּלאַטפֿאָרמע צו פֿאַרשפּרייטן זײַנע געדאַנקען. ער האָט אויך עטלעכע ביכער אַרויסגעגעבן אויף ענגליש און איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פּסיכיאַטריע אין דער „ניו־יאָרקער פּאָליקליניק‟. ער איז געשטאָרבן אין 1958.
זײַן בוך אויף ייִדיש, „דאָס געשלעכטס־לעבן פֿון מאַן און פֿרוי‟, האָט ער דעדיקירט מיט די ווערטער — „אַ מתּנה דעם ייִדישן פֿאָלק‟. ד”ר ליבער האָט שטאַרק געגלייבט, אַז ער האָט אַ שליחות וואָס ער מוז דורכפֿירן, נישט געקוקט אויף דער קעגנערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער מאה־דעה — צו לערנען מיט די ייִדישע אימיגראַנטן „ווי אַזוי צו לעבן אין די איצטיקע אומנאָרמאַלע אומשטענדן, כּדי וואָס מער צו פֿאַרהיטן קראַנקײטן.‟ ווי אַ טייל פֿון דעם האָט ער געוואָלט מע זאָל „פֿאַרשטאַרקן און פֿאַרשענערן דעם קערפּער‟. דערצו האָט ער געהאַלטן, אַז די רעליגיעזע פֿירער טאָרן נישט באַשטימען, ווי אַזוי מע זאָל זיך לערנען וועגן סעקס.
ס’האָט אים געחידושט, וואָס די קעגנערשאַפֿט צו זײַנע געדאַנקען איז געקומען נישט בלויז פֿון דער רעליגיעזער סבֿיבֿה, נאָר אויך פֿון די ראַדיקאַלע קרײַזן. די אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע האָט אים שטאַרק קריטיקירט אָדער אין גאַנצן פֿאַרשוויגן די באַוועגונג וואָס ער האָט לאַנצירט. לויט ליבערן האָבן די גרויסע באַצאָלטע צײַטונג־אַנאָנסן פֿון די „שווינדל־דאָקטוירים‟ אונטערגעקויפֿט דער פּרעסע, מע זאָל אים נישט שטיצן אין זײַן אַרבעט. ליבערס אומפּאַרטיייִשקייט צו יענער צײַט האָט אויך נישט געהאָלפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.