(די 3 טע זײַט פֿון 3)
אין דער צווייטער אויפֿלאַגע פֿון דעם בוך, שרײַבט ער, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אים אָפֿיציעל, שריפֿטלעך, געזאָגט אַז זײַן אַרבעט איז אוממאָראַליש און קיין איין ייִדישע צײַטונג האָט זיך נישט אָנגענומען זײַן קריוודע. קיין רעצענזיעס פֿון בוך זענען אויך נישט געדרוקט געוואָרן. די ראַדיקאַלע פּרעסע, זעט אויס, האָט אַליין מורא געהאַט פֿאַר דער רעגירונג און אים נישט געהאָלפֿן.
וואָס האָט דער צענזאָר אים גענייט אויסצושטרײַכן? אינעם קאַפּיטל „פֿאַרהיטונגס־מיטלען‟, נאָך דעם ווי ער פּראָטעסטירט, אַז ס’איז אומלעגאַל אין לאַנד זיך צו באַניצן מיט געוויסע גוטע מעטאָדן, מע זאָל נישט ווערן טראָגעדיק, זעט מען דרײַ שורות אויסגעשטראָכן מיט שוואַרץ. נאָך דעם, וועט דער לייענער געפֿינען צוויי ליידיקע זײַטן, אין גאַנצן ווײַס — ווי אַ „סימן פֿון פּראָטעסט… וואָס זאָלן אָנווײַזן, אַז די פֿאַרהיטונגס־מיטלען וואָלטן אויף דעם פּלאַץ געדאַרפֿט געדרוקט ווערן‟. אויף אַ צווייטער זײַט, וווּ ס’איז קלאָר, אַז סע רעדט זיך וועגן פּראָסטיטוציע, ווערט אויך אַ פּאַראַגראַף אויסגעשטראָכן.
אינעם בילדער־אָפּטייל צום סוף, האָט מען אויך אויף דרײַ זײַטן אויסגעשטראָכן בילדער מיט שוואַרץ. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָרט האָט מען געוויזן די מוטערשייד און דעם מענערלעכן אבֿר.
בלי־ספֿק איז ד״ר בן־ציון ליבער געווען אַ זעלטענער פּאַרשוין, אַפֿילו אַ טשודאַק. אָבער זײַנע „רעוואָלוציאָנערע‟ געדאַנקען (אַזוי האָט די רעגירונג זיי באַשריבן) זענען הײַנט בכלל נישט קאָנטראָווערסיעל. זיי זענען שוין אַ טייל פֿונעם לערנפּלאַן אין יעדן גימנאַזיום אין לאַנד. אַז אַ ייִדיש בוך זאָל ווערן צענזורירט אין אַמעריקע צוליב דעם איז הײַנט שווער צו פֿאַרשטיין. די געשיכטע האָט געוויזן, אַז ד״ר ליבער האָט געהאַט אַ נבֿיאיִשן גײַסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.