(די 2 טע זײַט פֿון 4)
איציק: װעלכע שפּראַכן רעדסטו מיט די עלטערן?
טרײַנע: מיט דער מאַמען — נאָר אױף פֿראַנצײזיש, מיטן טאַטן — נאָר אױף ייִדיש. איך מײן אַז מײַנע טאַטע־מאַמע, צװישן זיך, רעדן פֿראַנצײזיש מערסטע פֿון דער צײַט. מײַנע שװעסטער רעדן דײַטש צװישן זיך די מערסטע צײַט, סתּם װײַל מיר קומען פֿון דער שולע װוּ אַ גאַנצן טאָג האָבן מיר גערעדט אױף דײַטש און די גאַנצע װעלט אַרום אונדז איז אױף דײַטש. אָבער מיט טאַטע־מאַמע איז בלױז פֿראַנצײזיש און ייִדיש.
איציק: װאָס טראַכטן די אַנדערע תּלמידים װעגן דעם, װאָס איר רעדט ייִדיש אין דער הײם?
טרײַנע: איך מײן אַז אַ סך פֿון זײ װײסן אַפֿילו נישט, אָדער זײ װײסן נישט װאָס ייִדיש איז. די װאָס װײסן באמת װאָס ייִדיש איז, און װאָס װײסן אַז דאָס איז מײַן „טאַטע־לשון“ אַזױ צו זאָגן, זענען פֿון מײַנע ענגסטע חבֿרים. זײ זענען אָפֿט מאָל בײַ אונדז אין דער הײם און הערן װי מיר רעדן.
רײנע שעכטער [װאָס איז אױך געזעסן דערבײַ]: װען האָסטו אָנגעהױבן צו באַמערקן אַז ייִדיש איז אײגנאַרטיק אָדער װיכטיק?
טרײַנע: װען איך בין אַרײַן אין שולע. איך בין אַרײַן אין קינדער־גאָרטן און כ’האָב זיך אױסגעלערנט דײַטש. איך האָב געברענגט דײַטש אַרײַן אין דער הײם און האָב קאַליע געמאַכט אַלץ מיט ייִדיש און פֿראַנצײזיש. מײַנע שװעסטער האָבן אָנגעהױבן רעדן דײַטש מיט מיר, אָדער אַרײַנמישן דײַטש און די אַנדערע שפּראַכן. װען זײ זענען אַרײַן אין שולע האָבן מיר אָנגעהױבן צװישן זיך צו רעדן אױף דײַטש, און בלױז מיטן טאַטן ייִדיש און מיט דער מאַמען פֿראַנצײזיש. איך פֿיל זיך אַ ביסל שלעכט װעגן דעם, װײַל איך האָב נישט געװוּסט דעמאָלט… שפּעטער האָב איך אָבער באַמערקט אַז אין דער שולע זענען נישט געװען קײן אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן. ס’איז געװען אַ מײדל אין מײַן קלאַס װאָס האָט גערעדט פֿראַנצײזיש, סע זענען געװען מענטשן װאָס האָבן גערעדט ענגליש. אַלע האָבן גערעדט דײַטש. אָבער ייִדיש האָט קײנער נישט גערעדט! איך האָב קײנעם נישט געקענט װאָס האָט גערעדט ייִדיש, אַחוץ מײַן משפּחה. איך מײן אַז דעמאָלט האָב איך אָנגעהױבן דאָס צו רעאַליזירן, און שפּעטער נאָך מער און מער.
איציק: איך האָב געהערט פֿון דײַן טאַטן אַז איר לײענט צוזאַמען כּמעט יעדן אָװנט אָדער עטלעכע מאָל אַ װאָך, אַיאָ?
טרײַנע: איצט לײען איך מער נישט אַזױ אָפֿט מיט קרײנדל און שפּרינצע, סתּם װײַל איך גײ שלאָפֿן אַ סך שפּעטער פֿון זײ. אָבער פֿריִער זענען מיר יעדן אָװנט — מײַן טאַטע און מײַנע צװײ שװעסטער און איך — געװען אין אײנעם פֿון די דרײַ צימערן און מײַן טאַטע האָט אונדז עפּעס פֿירגעלײענט. מיר האָבן אַלע מאָל געהאַט צװײ צי דרײַ ביכער אין דער זעלביקער צײַט אױף צװײ צי דרײַ פֿאַרשײדענע שפּראַכן… און מיר האָבן געטראַכט, צי װעלן מיר איצט לײענען אױף פֿראַנצײזיש, צי אױף ייִדיש צי אױף דײַטש?
איציק: דאָס זעלבע בוך?
טרײַנע: נײן, פֿאַרשײדענע. און װען מיר זיצן, צום בײַשפּיל, אין אױטאָ — װײַל מיר פֿאָרן אױף זײער אַ סך לאַנגע נסיעות אין אױטאָ, פֿינף אָדער זעקס שעה אַ מאָל, אָדער לענגער — איז, דער טאַטע לײענט פֿיר עפּעס אַ קורץ בוך װאָס האָט, איך װײס נישט, הונדערט צװאַנציק זײַטן לערך. ער לײענט עס נישט פֿיר אין גאַנצן, װײַל מיר װילן נישט הערן אַזױ לאַנג… אָבער דער טאַטע לײענט באמת אַ סך פֿיר, און מיר קענען זײער אַ סך ייִדישע ביכער מסתּמא דורך דעם.
איציק: װאָס האָט ער אײַך פֿירגעלײענט?
טרײַנע: איך מײן אַז שפּרינצע װאָלט זײער גוט געקענט ענטפֿערן אױף דעם, װײַל הײַנט לײענט ער איר אַ סך פֿיר. װען איך בין געװען קלײן האָט דער טאַטע מיר פֿירגעלײענט דאָס „בבֿא־בוך“, מײן איך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.