(די 3 טע זײַט פֿון 4)
איציק: טאַקע?
טרײַנע: איך מײן אַז ס’איז געװען דאָס בבֿא־בוך… אפֿשר אַ מאָדערנע װערסיע? אָבער ער האָט אױך פֿירגעלײענט אַ סך מעשׂיות… מיר האָבן געלײענט אַ גאַנצע סעריע פֿון מעשׂיות מיט צװילינגען, [פֿון ליוסי פֿיטש־פּערקינס] מיט, צום בײַשפּיל, צװײ עסקימאָסישע קינדער װאָס װױנען בײַם צפֿון־פּאָלוס, און זײ דערלעבן אַװאַנטורעס.
איציק: צי האָט איר געלײענט די קלאַסיקערס? שלום־עליכמען, מענדעלען, פּרצן? אפֿשר „מאָטל פּײסע דעם חזנס“?
טרײַנע: יאָ, אַװדאי. דאָס האָבן מיר געלײענט. איך מײן אַז שפּרינצע האָט דאָס אָקערשט געלײענט. דאָס הײסט, מײַן טאַטע האָט דאָס אַלץ פֿירגעלײענט, מיר האָבן עס נישט געלײענט אַלײן. מײַן טאַטע האָט אַ סך, אַ סך פֿירגעלײענט. באמת אַ סך. און מיר האָבן אױך געלײענט… איך װײס פּונקט נישט װי דאָס בוך הײסט, אָבער ס’איז עפּעס געװען מיט… לאַבזיק, אַ מעשׂה מיט אַ הונט. װאָװיק און לאַבזיק [פֿון כאַװער פּאַװער]. און אױך אַ סך פֿון די קורצע מעשׂיות… שפּרינצע, װי הײסט דאָס… פֿליגעלע־מיגעלע?
[שפּרינצע לױפֿט צו צו אונדז.]
שפּרינצע: עס הײסט פֿליגעלע־מיגעלע!
טרײַנע: שפּרינצע, װאָס פֿאַר אַ לענגערע ביכער האָט דער טאַטע אונדז פֿירגעלײענט?
שפּרינצע: מאָטל פּײסע…
טרײַנע: יאָ, דאָס האָבן מיר שױן געזאָגט.
שפּרינצע: ער האַלט אין מיטן פֿירלײענען שלום־עליכמס אױטאָביאָגראַפֿיע „פֿונעם יאַריד“.
איציק: טאַקע? און עס געפֿעלט דיר?
שפּרינצע: יאָ!
טרײַנע: מיר האָבן געלײענט אַזױ פֿיל ביכער, אַז איך געדענק נישט אַלע.
רײנע שעכטער: האָסט זיך אַ מאָל אַקעגנגעשטעלט קעגן דעם, װאָס דער טאַטע לײענט דיר פֿיר אַזױ אָפֿט אָדער אַזױ פֿיל?
טרײַנע: אָפֿט מאָל זאָג איך אַז איך װיל פּונקט איצט נישט לײענען, װײַל איך דאַרף טאָן עפּעס אַנדערש. אָבער קאָנקרעט זיך אַנטקעגנשטעלן אַז טאַטע זאָל מיר מער נישט פֿירלײענען? דאָס האָב איך נישט געטאָן װײַל איך האָב ליב װען מײַן טאַטע לײענט מיר פֿיר, װײַל איך האָב נישט ליב לײענען אַלײן. איך װײס נישט, מסתּמא קומט דאָס פֿון דעם, אַז איך בין אױפֿגעװאַקסן מיט דעם, אַז מײַן טאַטע האָט מיר אַלע מאָל פֿירגעלײענט. אָבער איך האָב נישט אַזױ ליב לײענען אַלײן — נישט אױף ייִדיש, נישט אױף דײַטש, נישט בכלל נישט. איך האָב זײער ליב צו הערן אױדיאָביכער און סתּם װען עמעצער לײענט מיר פֿיר. סע מאַכט נישט אױס צי מײַן טאַטע צי פֿון עפּעס אַן אױדיאָבוך, צי מײַן שװעסטער, װאָס זי טוט דאָס נישט… אָבער סתּם, סע מאַכט נישט אױס װער. איִך האָב סתּם זײער ליב צו הערן עמעצן װאָס לײענט מיר פֿיר אַ בוך. און איך בין זײער צופֿרידן װאָס מײַן טאַטע טוט דאָס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.