(די 4 טע זײַט פֿון 4)
איציק: דו האָסט ליב צו קומען אױף דער ייִדיש־װאָך? דו קוקסט אַרױס אױף דעם?
טרײַנע: יאָ, אַװדאי. די ייִדיש־װאָך איז אַ הױכפּונקט פֿון יאָר, ספּעציעל אַז מיר קענען נישט קומען אַלע מאָל. איז איך פֿרײ זיך אַלע מאָל זײער זײער שטאַרק װען מיר קענען קומען. איך האָב עס זײער זײער ליב, ספּעציעל אַז איך האָב בכלל נישט קײן געלעגנהײט צו רעדן ייִדיש מיט מענטשן אַחוץ מײַן משפּחה, און ספּעציעל נישט מיט מענטשן אין מײַן עלטער, אָדער לערך מײַן עלטער. איז פֿאַר מיר איז דאָס זײער זײער שײן. און סתּם אױך װײַל מיר האָבן חבֿרים דאָ, און אַזױ װײַטער.
איציק: איר שטײט אין קאָנטאַקט אין משך פֿון יאָר?
טרײַנע: נו, מיר שטײען נישט אין ענגן קאָנטאַקט, אָבער אַ מאָל שרײַבן מיר בליצבריװ. מײַנע טאַטע־מאַמע שטײען אין קאָנטאַקט מיט אַנדערע טאַטע־מאַמעס און דורך דעם קען מען אַ מאָל אַראַנזשירן עפּעס אַ… סתּם אַ קלונג צי אַ סקײַפּ. אָבער פֿאַר אַ יאָרן, צום בײַשפּיל, װען מיר זענען נישט געקומען האָבן מיר „אַרײַנגעסקײַפּט“ אין ייִדיש־װאָך.
שפּרינצע: אָבער אַ מאָל קומען מענטשן צו אונדז אַהײם אָדער אַ מאָל גײען מיר אױך צו זײ אַהײם.
טרײַנע: אַ מאָל זענען, צום בײַשפּיל, די קאַפּלאַנס געקומען צו אונדז קײן טריר אױף צװײ װאָכן. דאָס איז געװען מיט יאָרן צוריק. [טרײַנע װענדט זיך צו רפֿאלקע קאַפּלאַן, נאָך אַ קינד װאָס זיצט דערבײַ]: דו געדענקסט אַז דו ביסט געװען בײַ מיר אין דער הײם?
רפֿאלקע: יאָ!
טרײַנע: יאָ. מיר שטײען נישט אין ענגן קאָנטאַקט, אָבער מיר האָבן קאָנטאַקט.
רײנע שעכטער: איך װײס אַז ס’איז עטלעכע יאָר ביז דו װעסט אָנהײבן אַפֿילו טראַכטן װעגן האָבן קינדער אָדער אַ משפּחה, אָבער פֿון די אַלע שפּראַכן װאָס דו רעדסט, װײסטו װעלכע דו װאָלטסט געװאָלט איבערגעבן?
איך מײן אַז ס’איז גוט צו קענען מער װי אײן שפּראַך. פֿון די שפּראַכן װאָס איך רעד… איך קען מסתּמא נישט איבערגעבן אַלע פֿיר. אַנדערע מענטשן מײנען אַז ס’איז זײער קאָמפּליצירט װי אַזױ סע אַרבעט בײַ אונדז, אַז מיט מײַן מאַמען רעד איך בלױז פֿראַנצײזיש און מיט מײַן טאַטן רעד איך בלױז ייִדיש. צום בײַשפּיל, װען מיר זענען בײַם טיש און שפּרינצע זאָגט עפּעס, ענטפֿער איך איר אױף דײַטש, דער טאַטע זאָגט עפּעס אױף ייִדיש און איך ענטפֿער עפּעס צו מײַן מאַמען פּלוצעם אױף פֿראַנצײזיש, און קרײנדל עפּעס צו דעם טאַטן אױף ייִדיש… פֿאַר מיר איז דאָס אין גאַנצן נאַטירלעך, און איך קען עס נישט אַנדערש. אָבער איך מײן, אױב מײַן מאַמע װאָלט גערעדט צװײ שפּראַכן מיט מיר און מײַן טאַטע צװײ שפּראַכן מיט מיר… דאָס װאָלט נישט געװען אַזױ פּשוט. איך מײן אַז „אײן מענטש, אײן שפּראַך“ איז גוט, אָבער מער נישט. ייִדיש מײן איך װאָלט געװען זײער װיכטיק, װײַל סתּם, סע זענען נישטאָ קײן סך מענטשן װאָס רעדן ייִדיש און ס’איז זײער באַזונדערש צו קענען די־אָ שפּראַך. מענטשן װײסן נישט פֿון ייִדיש און װײסן נישט אַז סע עקסיסטירט אַזאַ שפּראַך אױך. צום בײַשפּיל, װען מענטשן דערװיסן זיך אַז איך רעד ייִדיש פֿרעגן זײ: אָבער װוּ רעדט מען דאָס? ס’איז נישטאָ קײן אײן לאַנד װוּ מע רעדט דאָס, און דערפֿאַר װײסן אַ סך מענטשן נישט װעגן דעם. איך מײן אַז דאָס איז טאַקע אַ שאָד. דאָס װאָלט פֿאַר מיר געװען זײער זײער װיכטיק איבערצוגעבן. װאָס שײך פֿראַנצײזיש אָדער דײַטש… סע װענדט זיך װוּ איך װעל װױנען. דײַטש און ענגליש װאָלטן מסתּמא געװען די צװײ שפּראַכן װאָס װאָלטן נישט געװען אַזױ װיכטיק פֿאַר מיר איבערצוגעבן. אָבער מע’ט זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.