אין איינעם אַ שיינעם זונטיק האָבן צוויי שדכנטעס מיר געקלונגען וועגן דעם זעלבן מאַן: אַ געשעפֿטסמאַן אין ניו־דזשערזי. די ערשטע, פֿרוי מילער, האָט געזאָגט, אַז זי האָט מיך געפֿונען אויף דער אינטערנעץ, און ווען איינע פֿון אירע שבת־געסט האָט זי געפֿרעגט צי זי קען אַ שיינע פֿרוי מיט אַ דאָקטאָר־טיטל האָט זי זיך דערמאָנט אין מיר, און זיך געוווּנדערט וועגן דעם ווײַל, האָט זי געזאָגט, „זעלטן ווען וויל אַ מאַן אַ געבילדעטע פֿרוי. אַנדערע זאַכן יאָ, פֿאַרשטייט זיך. אַ מאַן איז פֿאָרט אַ מאַן…“
ווען איך האָב געוואָלט וויסן מער פּרטים; למשל, ווי אַלט איז ער, מיט וואָס פֿאַרנעמט ער זיך, איז ער געזונט, אאַז״וו האָט זי מיר געזאָגט, אַז זי קען נישט ענטפֿערן אַלע מײַנע פֿראַגעס ווײַל זי קען אים נישט פּערזענלעך. זי מיינט, אַז ער איז געזונט, און ווייסן ווייסט זי נאָר, אַז ער איז אַן אַלמן, און ער זוכט אַ פֿרוי מיט אַ דאָקטאָראַט ווײַל זײַן פֿרוי, זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, איז געווען זייער אַ קלוגע און האָט אויך געהאַט אַ דאָקטאָר טיטל. זי קלינגט מיר איצט נאָר אויסצוגעפֿינען אויב איך האָב נאָך נישט, חלילה, שוין חתונה געהאַט.
„וואָס מיינט איר — חלילה?“ האָב איך זי געפֿרעגט.
„איך מיין, חלילה, גאָרנישט שלעכטס“, האָט זי געענטפֿערט. „דעם ריינעם אמת איז, אַז ער איז אַזאַ שטיק גאָלד, אַ זײַדענער מענטש, אַן אוצר, אַז איך וואָלט געוואָלט זײַן די שדכנטע“.
„ניין, צום באַדויערן, איז מיר נאָך נישט עפּעס רעכטס אונטערגעקומען,“ האָב איך איר געזאָגט, און איך האָב געהערט ווי זי שעפּטשעט צו זיך אַליין: „אַ דאַנק דעם אייבערשטן!“ און צו מיר האָט זי געזאָגט, „הייסט עס, אַז איך קען אים געבן אייער טעלעפֿאָן?“
„ניין. נישט אַזוי גיך,“ האָב איך געענטפֿעט. „אויב איר קענט נישט דעם מאַן פּערזענלעך, ווי ווייסט איר אַז ער איז אַזאַ פֿײַנער?“
„מײַן גאַסטס טאָכטער קען זײַן פּלעמעניצעס פֿרײַנדס מאַמע זייער גוט און זי האַלט זייער פֿון אים!“
רבונו־של־עולם! ס’איז אַ באָבעס טשוואָק, האָב איך געטראַכט. אָבער געזאָגט האָב איך: „טוט מיר אַ טובֿה, פֿרוי מילער, און פֿרעגט זיך נאָך בײַ וועמען עס זאָל נישט זײַן צי ער איז געזונט, ווי אַלט ער איז, צי ער איז אַ וועגעטאַריער…“ און אַנדער זאַכן.
„וואָס אַרט עס דיך?“ הייבט זי אָן צו רעדן אויפֿגעהייטערט, און פּלאַפּלט גיך מיט אַ סקריפּעדיקן קול: „וואָס אַרט עס דיך אויב ער וויל עסן נאָר מערן? מאַך אים יעדן אָװנט אַ צימעס. אויב אים שמעקט בוריקעס קאָך אים אָפּ אַ באָרשט. וויל ער גרינע פֿאַסאָליעס — “
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.