(די 2 טע זײַט פֿון 5)
איך האָב מיט אַ מאָל געזען, אַז מײַנע הענט העפֿטן נישט. זיי ליגן שטיל אויף דער שויס, ווײַל איך הער זיך גראַדע צו צו זײַנע רייד. פֿון אָנהייב האָב איך זיך צוגעהערט צו וואָס ער זאָגט ווײַל כ׳האָב געהאָפֿט פֿאַר אַ געלעגענהייט זיך אַרויסצודרייען פֿון דער פֿישנעץ, און צום סוף האָט די פֿישנעץ מיך פֿאַרכאַפּט. און איך האָב געטראַכט, אַז איך בין אַזוי ווי אַ לאַקס: איך שווים אויך קעגן שטראָם אין מײַן לעבן. אַנדערע אין מײַן עלטער, אין מײַן לאַגע ווילן זיצן קוקן טעלעוויזיע אָדער גיין טרינקען אַ קאַווע מיט פֿרײַנד. און איך רו נישט קיין מינוט, נאָר עקשנותדיק גיי קעגן שטראָם פֿון דער נאַטור.
איך טראַכט פֿיליסאָפֿישע געדאַנקען און דער וויקטאָר — אַזוי האָט ער געהייסן, דער פֿישהענדלער — רעדט ווײַטער. כ׳האָב געגעבן אַ שאָקל מיטן קאָפּ ווי אַרויסצושאָקלען זיך די נאַרישע געדאַנקען. איך בין אַ לאַקס, איך שווים קעגן שטראָם, די נשמה ווערט מיר צעשמעטערט. נאַרישקייטן. כ׳האָב שוין געהערט גענוג, און האָב מער נישט געוואַרט אַז וויקטאָר זאָל דעם אָטעם כאַפּן. איך האָב געפּרוּווט אים איבערהאַקן די רייד: „וויקטאָר! וויקטאָר!“ האָב איך געזאָגט אין אַ נאָרמאַלן טאָן, אָבער ס׳האָט געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. דער וואַסערפֿאַל פֿון רייד האָט געשטראָמט מיטן זעלבן אימפּעט ווי פֿריִער. האָב איך דאָס מאָל געשריגן זײַן נאָמען: „וויקטאָר! וויקטאָר!“ און דאָס מאָל האָט ג־ט געהאָלפֿן און ער האָט געזאָגט, „יאָ, יאָ, וואָס איז? האָסט אַ פֿראַגע?“
„קענסט נישט גוט הערן?“
„ווערן? פֿון די אייערלעך וועלן ווערן אַנדערע פֿיש!“
„אויערן, דײַנע אויערן …“
„געבוירן? נישט אַלע ווערן געבוירן. רויבפֿיש עסן אַ מאָל די אייערלעך.“
פֿון זײַן ענטפֿערן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז טויב, האָב איך געשריגן הויך: „ס’איז שוין שפּעט. איך מוז עפּעס עסן.“
האָט ער מיר געענטפֿערט: „ניין! איך עס נישט קיין פֿיש. איך האָב אויף זיי רחמנות. אַזאַ שווער לעבן האָבן זיי, דאַרף איך זיי נאָך עסן? גיב מיר בעסער אַ שטיק פֿלייש! אַ סטייק!“
וואָס האָב איך דאָ געקענט טאָן? איך רעד כּמעט צו דער וואַנט, האָב איך אים אויפֿן קול געזאָגט „זײַ געזונט, וויקטאָר.“ און ער האָט געענטפֿערט, ”יאָ, איך ווייס, אַז ס׳איז נישט געזונט נאָר … “ און שטילערהייט האָב איך געגעבן אַ קוועטש דאָס אָפּבינד־קנעפּל אויף דער צעלקע. דער וויקטאָר האָט גערעדט אַ גאַנצע שעה, און איך האָב זיך טאַקע געפֿילט ווי אַן אויסגעמאַטערטער לאַקס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.