(די 4 טע זײַט פֿון 5)
אינטערעסאַנט איז, אַז ער האָט נישט גערעדט וועגן זײַן פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי אָדער זײַנע קינדער, און ביזן הײַנטיקן טאָג ווייס איך גאָר נישט וועגן זיי, און עס גייט מיר אָן ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. אָבער וועגן וואָס האָט ער יאָ גערעדט? זײַן איצטיקער פּראָיעקט. ער האָט מיר דערציילט, אַז מ׳האָט אים לעצטנס אָנגענומען אין מײַקלס קאָלעדזש אין ניו־לאָנדאָן ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ מלוכה־סובווענץ וואָס האָט צו טאָן מיט מאַרקפֿאָרשונג, ספּעציעל דעם שוואַרצן מאַרק אין אינדיע. „ווייסט שוין מסתּמא וועגן וואָס איך רעד, אַיאָ? האָסטו שוין פֿון דעם געהערט?
„ניין. שוואַרץ־מאַרקפֿאָרשונג אין אינדיע? דעם אמת געזאָגט האָב איך אין מײַן גאַנץ לעבן דעם ענין ניט קיין איין סעקונדע געהאַלטן אין באַטראַכט.“
„אויב אַזוי וועל איך דיר בקיצור דערציילן וואָס גייט אָן דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן: ס’איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד! אַלע ווייסן, אַז ווען מ׳ווערט דאָ, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט, חרובֿ קראַנק און מע מוז, זיך צו דערהאַלט דאָס לעבן, האָבן אַן אַנדער אָרגאַן, קען מען זיך פֿאַרשרײַבן, רעגיסטרירן, מיט אַן אָרגאַן־באַנק און וואַרטן ביז עמעצער שטאַרבט, דאָס הייסט עמעצער וואָס האָט געוואָלט טאָן גוטס אין דער וועלט נאָך זײַן טויט און האָט זיך אויך רעגיסטרירט, אַז מע מעג זײַנע אָרגאַנען ניצן צו העלפֿן אַ צווייטן. איז גוט, ניין? אַ מאָל יאָ און זייער אָפֿט ניין, ווײַל עס זײַנען דאָ אַ סך מער מענטשן וואָס דאַרפֿן, לאָמיר זאָגן נירן, ווי עס זײַנען דאָ נירן ׳צום האַבן.׳ און אַ סך, אַ סך מענטשן שטאַרבן וואַרטנדיק. איז וואָס טוען זיי? ס’איז פֿאַר זיי אמת לעבנסוויכטיק צו קריגן דעם אָרגאַן, און אויב זיי האָבן נאָך געלט, פּרוּוון זיי קויפֿן דעם ניר אויפֿן שוואַרצן מאַרק. נירן זײַנען, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אָרגאַנען, גרינג צו באַקומען ווײַל יעדער איינער האָט צוויי און מע קען זייער גוט לעבן נאָר מיט איינעם.
„איז גיט אַ קראַנקער, פֿאַרמעגלעכער מענטש $250,000 צו אַ מעקלער… ס׳רובֿ רבנים און ישׂראלים פֿאַרנעמען זיך מיט דער פֿאַרמיטלונגס אַרבעט… זיי נעמען אַ העלפֿט, אָדער מער פֿונעם געלט און שטעלן אַרײַן אַנאָנסן אין צײַטונגען אין אינדיע, אַז ווער עס וויל קען זייער גרינג פֿאַרדינען טויזנטער, טויזנטער דאָלער.“
„דאָס הייסט, זיי קויפֿן און פֿאַרקויפֿן אָרגאַנען אונטערן טיש, אַזוי צו זאָגן. אויפֿן שוואַרצן מאַרק.“
„פּונקט אַזוי! מ׳האָט מיר דאָך געזאָגט אַז דו ביסט אַ קלוגע.“
„די גאַנצע מעשׂה איז זייער אינטערעסאַנט, אָבער פֿאַר וואָס האָסטו מיר דערציילט די גאַנצע, שרעקלעכע מגילה?“
אַ סעקונדע האָט ער געשוויגן און דערנאָך געזאָגט: „האָסטו מיך נישט דערציילט, אַז דו האָסט נישט גענוג געלט? אָבער צוויי געזונטע נירן האָסטו יאָ.“
„וואָס ביסטו, אַ משוגענער?“ האָב איך קוים געקענט אַרויסזאָגן איידער כ׳האָב געענדיקט דעם קאָנטאַקט. ער האָט מיך אַזוי דערשראָקן, אַז צוויי נעכט האָב איך נישט געקענט פֿאַרמאַכן קיין אויג, און צוויי טעג האָב איך מורא געהאַט אַרויסצוגיין פֿון הויז. כ׳האָב מורא געהאַט פֿאַר כאַפּערס. ווער ווייסט וואָס אַזאַ מענטש קען טאָן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.