פֿיש, נירן און אַ הינערשער קאָפּ

Fish, Kidneys and a Birdbrain

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published November 13, 2016, issue of November 23, 2016.

(די 5 טע זײַט פֿון 5)

איין שבת האָב איך געגעסן מיטאָג בײַ אַ פֿרײַנדינע. אין משך פֿון דער וואָך האָב איך זי געזען צוויי מאָל, און יעדעס מאָל האָט זי מיך אָנגעקוקט אַזוי ווי זי האָט געהאַט אַ סוד. 

„מאַשע, וואָס איז מיט דיר?“ האָב איך זי געפֿרעגט. „דו קוקסט מיר אָן עפּעס מאָדנע.“

„ניין, ניין, ס׳איז גאָרנישט. וועסט אַליין זען.“

„ווען וועל איך זען? וואָס וועל איך זען?“

„שבת נאָכן דאַווענען, בײַ מיר.“

איך קען שוין מאַשען אַ לאַנגע צײַט, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען, אַז זי האָט פֿאַרבעטן אַ מאַן וואָס זי וויל איך זאָל זיך מיט אים באַקענען. זי ווייס אַז איך וויל ווידער חתונה האָבן און זי באַדויערט כּסדר וואָס זי קען נישט קיין פּאַסיקע מענער. הממם…

אין שיל שבת האָב איך טאַקע געזען אַן אומבאַקאַנט פּנים אויף אַ לאַנגן לאָקש, דאָס הייסט אויף אַ הויכן, דאַרן מאַן וואָס טראָגט איינע פֿון די זײַדענע יאַרמולקעס וואָס ליגן אין אַ קוישל בײַ דער טיר פֿאַר געסט וואָס האָבן ניט מיט זיך געברענגט אַן אייגן יאַרמולקע. ער מוז זײַן מאַשעס גאַסט. כ׳האָב געטראָפֿן אין פּינטל. בײַם קידוש האָט מאַשע מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן מאַן. ער איז פֿון אַלבעקערקי, ניו־מעקסיקע און איז געקומען אַהער צוליב געשעפֿטן. ער און איר מאַן, יוסף, אַרבעטן שוין יאָרן צוזאַמען טעלעפֿאָניש, און דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס זיי זעען זיך פּערזענלעך. ער שטייט אײַן אין אַ האָטעל אין שטאָט, אָבער ווען יוסף האָט געזאָגט, אַז ער אַרבעט נישט שבת און קען זיך מיט אים, דזשערין, נישט טרעפֿן, האָט דער דזשערי אים אָנגעהויבן פֿרעגן אַלערעליי פֿראַגעס וועגן שבת. האָט יוסף, אַוודאי, אים פֿאַרבעטן צו זײַן מיט זיי דעם שבת. און דזשערי, וויײַזט אויס, האָט זיך אויך געפֿרייט, ווײַל זײַן זײדע־באָבע זײַנען געווען פֿרומע און האָבן אַפֿילו צו אים גערעדט אַ ביסל ייִדיש.

דזשערי האָט זייער הנאה געהאַט פֿונעם שבת: דאָס עסן איז אים זייער געפֿעלן, די דרשות וואָס יוסף האָט געגעבן צו ענטפֿערן דזשעריס פֿראַגעס זײַנען אים געפֿעלן, און ס׳האָט אויסגעזען, אַז איך בין אים אויך געפֿעלן, ווײַל נאָכן בענטשן האָט ער מיט מיר געוואָלט גיין שפּאַצירן. כ׳האַב אים נישט אָפּגעזאָגט ווײַל ס׳וואָלט נישט העפֿלעך געווען, האָב איך געזאָגט, אַז איך וווין נישט ווײַט, קען ער מיך באַגלייטן אַהיים.

מיר איז ער נישט געפֿעלן. ער איז אין גאַנצן נישט געווען מײַן זגאַל. און נאָך ווייניקער ווען ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט זיך שוין געגט פֿון צוויי ווײַבער, ביידע שיקסעס, אַז ער האָט פֿיר קינדער, אַלע גוייִם, אַז ער פֿײַערט מיט זיי אַלע גוייִשע חגאות, ווײַל זיי זײַנען פֿאָרט זײַנע קינדער און ער האָט זיי ליב. אָבער, זאָגט ער מיר, ער שיקט געלט קיין ישׂראל ווײַל ער האָט אַ ייִדיש האַרץ.

„דזשערי,“ האָב איך אים געפֿרעגט, „אויב דו האָסט אַ ייִדיש האַרץ, פֿאַר וואָס האָסטו נישט נאָר איין מאָל, נאָר צוויי מאָל חתונה געהאַט מיט שיקסעס?“

האָט ער מיר געענטפֿערט אויפֿן ביסל ייִדיש וואָס ער געדענקט פֿונעם זיידן: אַז ער האָט אַ ייִדיש האַרץ אָבער אַ גוייִשן קאָפּ!


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com