(די 3 טע זײַט פֿון 5)
מיט צוויי טעג שפּעטער קלינגט מיר אַ מאַן פֿון ניו־לאָנדאָן, קאָנעטיקאָט. אַ פֿרײַנדס חבֿרס קוזין, צי עמעצער אַזוי, האָט אים געזאָגט, אַז אין שיקאַגע איז דאָ אַ קלוגע פֿרוי וואָס לערנט ייִדיש, האָט ער געוואָלט וויסן צי איך קען אים לערנען ייִדיש טעלעפֿאָניש. גלײַך האָב איך זיך נישט אָפּגעזאָגט. כ׳האָב אים געפֿרעגט די געוויינטלעכע פֿאָרויסיקע פֿראַגעס: פֿאַר וואָס ער וויל זיך לערנען ייִדיש, פֿון וואַנעט קומען די עלטערן, צי ווייסט ער אַז מע מוז זײַן זייער איבערגעגעבן זיך צו לערנען אַ שפּראַך, און אַזוי ווײַטער. אַלץ איז געגאַנגען נישקשהדיק ביז ער האָט געזאָגט, אַז ער וויל זיך נישט אויסלערנען דעם ייִדישן אלף־בית. לייענען ייִדיש פֿאַראינטערעסירט אים נישט. ער וויל זיך נאָר אויסלערנען רעדן. דעמאָלט האָב איך זיך פֿון דעם פּראָיעקט אָפּגעזאָגט. אפֿשר וואָלט אַן אַנדער לערער דאָס זיך אונטערגענומען, אָבער נישט איך.
די אינטערעסאַנטע זאַך איז, אַז ער האָט נאָך געוואָלט רעדן. ער האָט גאַנץ פּשוט געזאָגט, „דו האָסט אַזאַ יונגן קול, קענען מיר נאָך אַ ביסל רעדן?‟ האָב איך געמיינט, אַז ער איז אַן עלנטער מענטש וואָס וויל נישט זײַן אַליין, וואָס וויל כאָטש אַ ווײַלע האָבן דעם טרייסט פֿון אַ מענטשלעכן קול. כ׳האָב מסכּים געווען, און אים געפֿרעגט וועגן וואָס ער וויל רעדן: פּאָליטיק, וויסנשאַפֿט… ווען ער האָט מיך געבעטן איך זאָל אים דערציילן אַ ביסל וועגן זיך, האָב איך גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז די גאַנצע מעשׂה מיט וועלן זיך לערנען ייִדיש איז געווען אַן אָנשטעל, און איך האָב אים גלײַך געפֿרעגט, מיט אַ שטרענגן קול, ווער ער איז און פֿאַר וואָס ער פּטרט מיר די צײַט. האָט ער מיר דערציילט דעם אמת, אַז עמעצער האָט אים דערציילט וועגן מיר, אַז איך בין אַ שיינע, אַ קלוגע, און וואָס נישט? און אַזוי ווי ער איז אַן אַלמן האָט ער זיך געוואָלט באַקענען מיט מיר. דעם פֿרײַנדס חבֿרס קוזין, צי ווער, האָט זיך נישט געפֿילט נאָענט גענוג צו מיר צו זײַן דער שדכן, און זינט אין די ייִנגערע יאָרן איז ער געווען אַן אַקטיאָר, האָט ער עס גענומען אויף זיך אויסצוטראַכטן די גאַנצע פּלאָטקע.
איך קען אײַך זאָגן, אַז כ׳האָב געוואָלט זײַן אין כּעס, אָבער כ׳האָב צו זיך געשמייכלט און עס גענומען ווי אַ קאָמפּלימענט, אַז עמעצער זאָל אויף אַזוי ווײַט גיין זיך צו באַקענען מיט מיר.
„איז וואָס ווייסטו וועגן מיר און וואָס ווילסט וויסן?“
„ווי געזאָגט, ווייס איך כּמעט גאָרנישט און וועלן וויל איך וויסן דאָס וואָס דו ווילסט מיר דערציילן.“
„קיין סך צײַט האָב איך נישט ווײַל איך בין אַן איבערזעצערקע און ווען איך אַרבעט נישט, באַצאָלט מען מיר נישט, און פּרנסה איז מיר לעצטנס אַ סך אין געדאַנק.“
„פֿאַר וואָס לעצטנס מער ווי אַלע מאָל?“
„ווײַל מיט אַ חודש צוריק האָב איך געביטן מײַן אינטערנעץ־צושטעלער, און איך זע, אַז איך באַקום נישט קיין סך אַרבעט איבערצוזעצן, און די קינדער ווילן געלט און די חשבונות דאַרף מען באַצאָלן… .“ רבונו־של־עולם! וואָס איז מיט מיר? דאָס איז נישט זײַן עסק, האָב איך געטראַכט, און אים צו ווײַזן, אַז איך בין נישט קיין נעבעכל וואָס וויל זיך נאָר באַקלאָגן וועגן זיך, האָב איך געזאָגט „השם פֿירט די וועלט, און איידער ער שיקט אַ צרה האַט ער שוין די רפֿואה צוגעגרייט. איך זאָרג זיך נישט.“ און אים צו ווײַזן אַז איך וויל מער וועגן דעם נישט רעדן, האָב איך אים געפֿרעגט די אָנגענומענע ערשטע פֿראַגע: „דערצייל מיר אַ ביסל וועגן זיך!“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.