לייענענדיק מײַנע מעשׂיות וואָלט מען געקענט מיינען, אַז באַלד פֿון אָנהייב ווײַזן זיי אַרויס, די אַלע קאַוואַליערן מײַנע, אַז זיי זענען נישט מיט אַלעמען, אָדער איך גיי נאָר אַרויס מיט זיי איין מאָל, און ווען איך זע מיט וועמען איך האָב צו טאָן גיב איך אַ קוועטש מיט די אַקסלען, שרײַב אָן אַ קאָמישע מעשׂה און פֿאָר ווײַטער. ס׳רובֿ איז דאָס אמת, ווײַל עס נעמט נישט מער ווי איין שמועס אָדער איין ראַנדקע צו זען אַז ס׳איז נישטאָ מיט וועמען צו גיין צום טיש.
אָבער מיט יאָסלען פֿון פּאַסעיִק בין איך אַרויסגעגאַנגען מער ווי דרײַ חדשים. פֿון דער ערשטער מינוט בין איך אין אים געווען פֿאַרליבט ביז איבער די אויערן. די מאַמע וואָלט געזאָגט „פֿאַרכליאַפּעט” אָפּצולאַכן פֿון מיר, ווײַל זי האָט געהאַלטן אַז אַזאַ זאַך איז נישט מעגלעך, אָבער יאָסל האָט אויך געפֿילט דעם שטאַרקן צוצי־כּוח צווישן אונדז און נאָך אַ קורצער צײַט האָט ער מיר אויך געזאָגט, אַז ער האָט מיך ליב.
ס׳איז וואָר וואָס מע זאָגט וועגן ליבע: מע קען נישט עסן און מע קען נישט שלאָפֿן. די מעלה איז, אַז איך האָב פֿאַרלוירן צען פֿונט. דער חסרון איז, אַז פֿון נישט שלאָפֿן האָב איך געהאַט שוואַרצע פּאַסן אונטער די אויגן. פֿרײַנד האָבן מיר דאָס געזאָגט. איך אַליין האָב עס נישט באַמערקט, ווײַל איך האָב געטאַנצט איבער דער לבֿנה פֿון פֿרייד.
ער איז געווען אַ געגטער, מיט פֿיר קינדער און אַ שלל אייניקלעך, אַ פּענסיאָנירטער דענטיסט מיט עטלעכע יאָר ייִנגער פֿון מיר. ער האָט זיך געמוזט פֿרי פּענסיאָנירן נאָך דעם וואָס מ׳האָט אים געמאַכט אַן אָפּעראַציע אויף עטלעכע אײַנגעריסענע רוקנדיסקן. נאָך דער אָפּעראַציע האָט ער געפּרוּווט צוריקגיין צו דער אַרבעט, אָבער אַפֿילו נאָך עטלעכע חדשים האָט אים נאָך שטאַרק וויי געטאָן דאָס זיצן מער ווי צען מינוט אָדער שטיין מער ווי פֿופֿצן מינוט. די ווייטיק־מיטלען האָבן יאָ געלינדערט דעם ווייטיק, אָבער זיי האָבן אים געמאַכט טעמפּ. פֿאַרשטייט זיך, האָט ער מער נישט געקענט אַרבעטן. פֿון זײַן פֿאַרזיכערונג־פֿירמע האָט ער באַקומען אַ סך געלט, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט מאָלערײַ און פֿאַרשיידענע שיעורים… און מיטן זוכן אַ ווײַב, כאָטש ער האָט זיך ערשט מיט אַ קנאַפּע יאָר צוריק געגט.
מיר האָבן גערעדט כאָטש דרײַ מאָל אין טאָג. וועגן וואָס? דאָס קען איך אײַך אַליין נישט זאָגן. די וואָס געדענקען ווען זיי זײַנען געווען פֿאַרליבט ווייסן, אַז צו רעדן מיטן געליבטן דאַרף מען באמת נישט האָבן קיין ספּעציעלע טעמע. מע רעדט אַ סך וועגן ווער האָט וועמען צום מערסטן ליב, און וויפֿל זאַכן מ׳האַט בשותּפֿות ליב. מיר ביידע האָבן זייער ליב אַלטע פֿרעד אַסטער פֿילמען פֿון די נײַנצן פֿערציקער און פֿופֿציקער יאָרן, פּאָפּולערע לידער פֿון די זעכציקער יאָרן, סיזער סאַלאַט, סטאַרבאָקס־ קאַווע ,ראַוועלס „באַלעראָ” און גיין אויף לאַנגע שפּאַצירן אין וואַלד. מיר האָבן אַזוי אָפֿט גערעדט, אַז כ׳האָב כּמעט נישט געהאַט קיין צײַט צו אַרבעטן, אָבער דאָס איז מיך אין גאַנצן נישט אָנגעגאַנגען.
יעדע צוויי וואָכן איז ער צו מיר געקומען אויף עטלעכע טעג. גערעדט האָט ער צו מיר די ווערטער וואָס אַלע ווילן הערן פֿון אַ געליבטן. אַ מאָל האָט זיך מיר געדאַכט, אַז ער לייענט פֿון אַ פּסיכאָלאָגישן טעקסט. למשל, ווען עפּעס האָט מיך געגריזשעט, האָט ער דאָס דערקענט אין מײַן קול און געוואָלט וויסן פֿאַר וואָס איך בין אַ ביסל דערשלאָגן. ווען איך האָב אים געזאָגט, „זאָרג זיך נישט, ס׳איז נישט דײַן פּראָבלעם,” האָט ער מיר געענטפֿערט, „אויב דו האָסט אַ פּראָבלעם, איז דאָס אויך מײַן פּראָבלעם.” ווען איך האָב געהערט די רייד, האָב איך געמיינט, אַז דאָס רעדט אַ מלאך. ווען מיר זײַנען געווען צוזאַמען האָט ער מיך אָפֿט געפֿרעגט, „וואָס וועט דיך צופֿרידן שטעלן?” און געטאָן האָט ער פּונקט דאָס וואָס איך האָב געוואָלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.