(די 2 טע זײַט פֿון 4)
איך האָב זיך שוין געהאַט באַקענט מיט זײַנע קינדער און אייניקלעך. מיט אַלע בין איך גוט אויסגעקומען. מיר זענען אויך געפֿאָרן צו מײַנע קינדער, ער זאָל זיך מיט זיי באַקענען. אין פּאַסעיִק זענען מיר אָפֿט געווען פֿאַרבעטן צו זײַנע חתונה־געהאַטע פֿרײַנד. זייער פֿײַנע מענטשן. אַלץ איז געגאַנגען ווי געשמירט, און איך האָב אָנגעהויבן זיך אַרומקוקן בײַ זיך אין דער היים צו זען וואָס איך וועל מוזן אַרויסוואַרפֿן און וואָס איך וועל קענען מיט זיך מיטנעמען, ווײַל איך האָב געוווּסט אַז איך וועל זיך מוזן איבערציִען קיין ניו־דזשערסי. כ׳האָב שוין אַפֿילו געהאַט אײַנגעפּאַקט צוויי קאַרטאָנען ביכער. נאָך דרײַ אַזעלכע וווּנדערלעכע חדשים בין איך געווען זיכער, אַז איך וויל מיט דעם יאָסלען חתונה האָבן, האָב איך אָנגעהויבן העקלען זייער אַ גרויסן איבערדעק. ער האָט זיך מיט דעם געפֿרייט, אָבער גאָרניט געזאָגט וועגן קויפֿן אַ רינגל.
נאָך פֿיר חדשים, האָב איך געמיינט, אַז זיכער צו מײַן געבוירן־טאָג וועלן מיר קענען מאַכן אַ לחיים. פֿיר חדשים, האָב איך געמיינט, איז איבער גענוג צײַט. אַזוי פֿירט זיך אָפֿט בײַ פֿרומע, און מיט ייִנגערע מענטשן קען עס גיין נאָך גיכער.
און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן די צרה. אויף מײַן געבוירן־טאָג זענען מיר געגאַנגען אין אַ שיינעם רעסטאָראַן, און איך האָב זיך דערפֿרייט ווען ער האָט אַרויסגענומען פֿון דער קעשענע אַ בלוי צירונג־קעסטל, אָבער ס׳איז מיר געוואָרן שוואַרץ פֿאַר די אויגן ווען איך האָב דערזען אַז אינעם קעסטל ליגט אַ האַלדזקייטל.
„וואָס איז?” האָט ער געוואָלט וויסן ווען ער האָט געזען אַז איך בין בלאַס געוואָרן און טרערן שטייען מיר אין די אויגן.
„ס׳איז גאָרנישט,” האָב איך אים געענטפֿערט. „איך פֿיל זיך נישט גוט. מסתּמא איז אין סאַלאַט געווען סילאַנטראָ. ווייסט אַז איך קען דאָס נישט פֿאַרדײען.” איך האָב זיך אַנטשולדיקט, גיך אַרײַנגעלאָפֿן אין קלאָזעט און זיך שטילערהייט גוט צעוויינט. כ׳וואָלט געוואָלט בעטשען אויפֿן קול, אָבער כ׳האָב נישט געוואָלט קיינער זאָל הערן, האָב איך געשלונגען די טרערן און פֿון זיי זיך שיִער נישט דערוואָרגן.
כ׳האָב זיך געטרייסט: באַלד־באַלד וועט ער מיר געבן אַ רינגל, אָבער נאָך עטלעכע חדשים זענען פֿאַרבײַגעלאָפֿן און… גאָרנישט! ווען איך האָב אים געפּרוּווט אונטערשטופּן אַ ביסל איז ער געוואָרן זייער נערוועז און מיר נישט געקוקט גלײַך אין די אויגן, נאָר פֿון דער זײַט. כ׳האָב שוין פֿריִער געהאַט באַמערקט, אַז ער טוט דאָס ווען ער האָט זיך פֿון עפּעס געוואָלט אַרויסדרייען.
איין מאָל ווען איך האָב אים שפּילעוודיק, שמייכלענדיק געזאָגט, „איך וועל דיר געבן אַ שיינעם איבערדעק אויב דו וועסט מיר געבן אַ רינגל!” איז ער זייער אין כּעס געוואָרן. „וואָס טרײַבסטו מיך אַזוי? וואָס ליגסטו מיך אויפֿן קאַרק? איך בין נישט גרייט חתונה צו האָבן. ס׳איז צו גיך פֿאַר מיר! טשעפּע זיך אָפּ.”
רבונו־של־עולם! נאָך אַזאַ לאַנגער צײַט זאָגט ער צו מיר ”טשעפּע זיך אָפּ”? די רייד זײַנע האָבן מיר אָפּגענומען דאָס לשון. איך בין געפֿאַלן אויף דער קאַנאַפּע מיט אַ פּליוך, דאָס מויל אָפֿן און כ׳האָב אויף אים געקוקט ווי אויף אַ פֿרעמדער בריאה.
„וואָס זיצסטו? מיר מוזן גיין. די גינזבערגס וואַרטן אויף אונדז.”
„איך וויל… נישט גיין.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.