פֿון זײַן מורא פֿאַר דער חופּה ווערט ער אויס מענטש

Committment Phobia Transforms My Boyfriend

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published December 06, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

אַ וואָסער נאַרישקייט איז דאָס? האָב איך צו זיך געטראַכט. כ׳האָב זיך געוואַשן די הענט, זיך אָנגעטאָן אַ פֿאַלשן שמייכל, געהאַלטן דעם קאָפּ הויך און בין צוריק געגאַנגען צו די געסט. ווי באַלד איך האָב זיך געזעצט, רעדט יאָסל צו מיר ס׳ערשטע מאָל, און פֿאַר אַלע מענטשן פֿרעגט ער מיך: „האָסט געלאָזסט דאָס ברעטל אַרויף?”

כ׳האָב זיך זייער געוווּנדערט, אַז ער זאָל מיך פֿרעגן אַזאַ פֿראַגע אַזוי עפֿנטלעך. „ניין, אַוודאי נישט,” האָב איך געענטפֿערט, „ס׳איז נישט העפֿלעך,” האָב איך שטילערהייט צוגעגעבן און זיך פֿאַררייטלט.

מיר האָבן מער נישט גערעדט קיין איין וואָרט איינער צום אַנדערן ביז מיר זענען געקומען צוריק אין זײַן הויז. מיר האָבן אויסגעטאָן די מאַנטלען, זיי אויפֿגעהאַנגען אין שענקל און דערנאָך האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּרשה! „אַז איך וויל, דאָס ברעטל זאָל זײַן אַרויף וועט עס זײַן אַרויף!” האָט ער בייז אויסגעשאָסן.

„וואָס ביסטו לעצטנס אַזוי אין כּעס? דו ווערסט אָנגעצונדן ווי אַ פֿײַער איבער אַ גאָרנישט, איבער די קלענסטע נאַרישקייטן.”

דורך געקריצטע ציין האָט ער געזאָגט, „בײַ מיר איז דאָס נישט קיין קלייניקייט. איך טרײַב דאָ נישט קיין קאַטאָוועס.”

„דו טוסט מיר וויי מיט דײַן טאָן, מיט דײַן בייזקייט,” האָב איך אים געענטפֿערט. „יעדעס וואָרט ווען דו קוקסט אויף מיר מיט אַזעלכע קאַלטע אויגן איז מיר ווי אַ שפּיז אין האַרץ. און אויב עס גייט דיר נישט אָן וואָס איך לײַד אַזוי, ווײַזט עס, אַז איך האָב בײַ דיר שוין גאָרנישט קיין ווערט. זאָג מיר כאָטש וואָס ס׳גייט דאָ אָן. איך וויל פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס מיט אַ מאָל שטופּסטו מיך אַוועק.”

„דערקלער מיר פֿאַרוואָס דאָס ברעטל זאָל זײַן אַראָפּגלאָזט. גיב מיר איין גוטע סיבה,” האָט ער געזאָגט.

כ׳האָב עס שוין מער נישט געקענט פֿאַרטראָגן, האָב איך אָנגעהויבן צו שרײַען: „כ׳האָב געמיינט אַז דו ביסט אַ קלוגער, אָבער איצט בין איך נישט אַזוי זיכער. בײַ נאַכט וועק איך זיך אויף אַ מאָל… מער ווי אַ מאָל, און מוז גיין אין קלאָזעט. און ווען איך בין פֿאַרשלאָפֿן און דאָס ברעטל איז אַרויף קען איך, חלילה, אַרײַנפֿאַלן אין שיסל צוריק־וועגס און זיך צעברעכן דעם קאָפּ. אָט דאָס ווילסטו, נאַר איינער?”

יאָסל האָט גאָרנישט געזאָגט, און איך האָב אים אָנגעקוקט מיט אויסגעגלאָצטע אויגן. כ׳האָב נישט געוווּסט, אַז איך זע אים ס׳לעצטע מאָל. כ׳האָב גענומען מײַן מאַנטל און צוריקגעגאַנגען צו די שכנים וווּ איך בין אײַנגעשטאַנען. כ׳האָב געוויינט, געקלאָגט ווי אַן אָבֿל, געכליפּעט ווי די סטרונעס פֿון האַרץ וואָלטן זיך איבערגעריסן. נאָך שבת זענען די אויגן מיר געווען געשוואָלן. כ׳האָב נישט געוואָלט אַז די שכנים זאָלן מיך אַזוי זען און כ׳האָב געוואָלט הערן הבֿדלה, האָב איך געוואַרט אַ האַלבע שעה ביז יאָסל זאָל שוין האָבן צוריקגעקומען פֿון שיל, און האָב אים אָנגעקלונגען. קיינער האַט נישט געענטפֿערט. כ׳האָב געוואַרט. ער האָט געמוזט זען אויף דער אידענטיפֿיצירקע, אַז איך האָב אים געקלונגען… אָבער אַ נעכטיקער טאָג. כ׳האַב געקויפֿט אַ נײַעם בילעט, זיך אײַנגעפּאַקט און בין מיט אַ טאַקסי געפֿאָרן צום פֿליפֿעלד, וויינענדיק די גאַנצע צײַט וואָס איך האָב, נעבעך, נישט קיין מזל. די מאַמע פֿלעגט זאָגן אַ ווערטל: אַ בלינד הינדל געפֿינט אויך אַ מאָל אַ קערנדל… אָבער נישט איך…

שפּעטער האָב איך אויך געוויינט נאָך יאָסלען. ווײַל נאָך אַלעמען — נאָכן קויפֿן מיר אַ הויז, נאָכן רעדן צוזאַמען מיטן אַרכיטעקט, נאָכן באַקענען זיך מיט מײַנע קינדער און אייניקלעך האָט ער דעם לעצטן טראָט נישט געקענט מאַכן. און צום סוף האָט די מורא חתונה צו האָבן אים אַזוי איבערגעאַנדערשט, אַז ער איז געוואָרן אויס מענטש. איך האָב געמיינט, אַז איך וועל פֿון אים נאָך הערן און מיר וועלן זיך איבערבעטן, אָבער ער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן ווי אַ שטיין אין וואַסער. מיר דאַכט זיך, אַז די יאָרן פּסיכאָ־טעראַפּיע וואָס ער וועט מוזן האָבן וועלן אים סוף־כּל־סוף אָפּקאָסטן מער ווי דאָס הויז וואָס ער האָט פֿאַר מיר געקויפֿט.


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com