פֿון זײַן מורא פֿאַר דער חופּה ווערט ער אויס מענטש

Committment Phobia Transforms My Boyfriend

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published December 06, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

„וואָס הייסט, דו ווילסט נישט גיין? איך קען זיי נישט קלינגען, ס׳איז שבת. זיי וואַרטן דאָך אויף אונדז.” די לעצטע ווערטער האָט ער געזאָגט זייער פּאַמעלעך דורך צונויפֿגעדריקטע ציין, און איך האָב געזען ווי עס וואַרפֿט זיך אַן אָדער בײַ זײַן קינביין.

ער איז געוואָרן אין גאַנצן אַן אַנדער מענטש. כ׳האַב אים קוים דערקענט. כ׳האָב נישט געוווּסט מיט וועמען איך האָב צו טאָן. כ׳האָב אָנגעטאָן דעם מאַנטל, זיך אויפֿגעשטעלט, גאָרנישט געזאָגט, און אַרויסגעגאַנגען, און ער נאָך מיר. אויף דער גאַס האָב איך אים געמוזט נאָכגיין, ווײַל כ׳האָב נישט געדענקט וווּ די גינזבערגס וווינען. און ער האָט אויף מיר נישט געוואַרט און אויף מיר זיך אַפֿילו נישט אומגעקוקט. איך האָב זיך בכּיוון נישט געאײַלט און געטראַכט צו זיך אַליין וועגן אַלץ וואָס האָט פּאַסירט, כּדי צו זען צי איך קען געפֿינען דעם קערפּונקט ווען ער איז מער נישט געווען מײַן חתן און געוואָרן מײַן שׂונא.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, ווען ער האָט זיך געמוזט איבערציִען און געזוכט אַ קאָנדאָ, האָב איך אים געזאָגט אַז איך וואָלט בעסער געוואָלט וווינען אין אַן אייגן הויז, האָט ער מיר געקויפֿט אַ גרויס הויז מיט זעקס שלאָפֿצימערן! קיין שיין הויז איז עס נישט געווען, אָבער ער האָט נישט געהאַט קיין סך צײַט. ווען איך האָב אים אויסגערעכנט אַלע חסרונות פֿון הויז האָט ער צוגענומען אַן אַרכיטעקט און מיר האָבן צוזאַמען מיט אים גערעדט. האָב איך דעמאָלט נישט געהאַט קיין רעכט צו טראַכטן, אַז ער וועט מיט מיר חתונה האָבן? וואָס איז דער קערפּונקט געווען? ווי האָב איך זיך געקענט אַזוי טועה זײַן?

בײַ די גינזבערגס זײַנען געווען אַנדערע געסט אויך. אַלע זײַנען געווען זייער צופֿרידן מיך צו זען, און איך האָב געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז אַלץ איז גוט, כאָטש, פֿאַרשטייט זיך, האַב איך געהאַט אַ שווער געמיט.

איך בין שוין איין מאָל געווען צו גאַסט בײַ די גינזבערגס און כ׳האָב דאָרטן באַמערקט געלע קלעפּצעטלעך דאָ און דאָרט. כ׳האָב זיך צעלאַכט ווען איך בין געווען אין קלאָזעט און דערזען אַ קלעפּצעטל אויפֿן קלאָזעטברעטל: „פֿאַרגעס נישט אַראָפּצולאָזן דאָס ברעטל.” כ׳האָב געלאַכט ווײַל ס׳איז שוין אַן אָנגענומענע זאַך, אַז מענער פֿאַרגעסן דאָס צו טאָן און פֿרויען באַקלאָגן זיך וועגן דעם. ווען איך האָב יאָסלען שפּעטער געפֿרעגט וועגן די קלעפּצעטלעך האָט ער מיר דערקלערט, אַז דער דאָקטאָר גינזבערג האָט זיך געמוזט פֿרי פּענסיאָנירן, ווײַל ער איז אין די שפּעטע פֿופֿציקער יאָרן, נעבעך, געוואָרן עובֿר־בטל. דאָס ווערט נישט בעסער, מוז דאָס ווײַב צוקלעפּן די צעטלעך אים צו העלפֿן. פֿריִער איז דאָס געווען אַ געלעכטער, איצט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז אַ רחמנות, אָבער ווער וואָלט געטראָפֿן, אַז דאָס וועט שפּילן אַ ראָלע אין מײַן גרויסער אַנטוישונג?

הערט זשע אַ מעשׂה! ווען פֿרוי גינזבערג האָט פֿאַרן פֿאַרבײַסן אָנגעהויבן אָפּראַמען פֿון טיש, האָב איך זיך אַנטשולדיקט און געגאַנגען אין וואַשצימער. נאָך אַ מינוט קלאַפּט עמעצער אָן אין דער טיר.

„איך קום באַלד אַרויס,” האָב איך געזאָגט, און איך הער יאָסלס קול: „איידער דו קומסט אַרויס, זע אַז דאָס ברעטל זאָל זײַן אַרויף.”