נאָלאַן גורפֿינקעל איז געווען איינער פֿון אַ קליינער גרופּע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס פֿלעג אָפֿט עסן בײַ מײַן טאַטע־מאַמעס שבת־טיש אין טשערי־היל, ניו־דזשערזי.
ער איז געווען אַ „שינדלער ייִד‟, איינער פֿון בערך 1,200 קראָקאָווער ייִדן וואָס זענען אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון די נאַציס אַ דאַנק אָסקאַר שינדלער, דער באַוווּסטסטער פֿון אייראָפּעס חסידי–אומות–העולם.
נאָלאַן האָט שטענדיק געטראָגן זונברילן און גערעדט דורך צונויפֿגעדריקטע ציין, אַפֿילו ווען ער האָט נאָר געשמועסט וועגן דעם וועטער. ווען איך האָב זיך באַקענט מיט אים איז ער שוין געווען אין די 60ער. ער פֿלעג קומען מיט זײַן ווײַב רויזע און זון סקאַטי — אַ פֿיזיקער, וואָס איז געווען אַ מומחה אינעם שטח פֿון גיסיקע קריסטאַלן (liquid crystals) — און אַ פֿרומער ייִד אַ מחמיר. מ׳האָט געזאָגט אַז זיי האָבן אויך געהאַט אַ טאָכטער, וואָס איז אַראָפּ פֿון דרך און וווינט אין אויסטראַליע, אָבער מ׳האָט נישט געטאָרט רעדן פֿון איר.
ווען נאָלאַן איז געווויר געוואָרן אַז איך האָב אַרויסגעגעבן אַ ראָמאַן, האָט ער מיך געבעטן איך זאָל אים העלפֿן שרײַבן אַ בוך, אויף ענגליש, וועגן זײַנע איבערלעבונגען בעת דער מלחמה. איך האָב זיך פֿון יענעם „כּבוד‟ אָפּגעזאָגט. זײַן טעמפּעראַמענט איז מיר נישט געפֿעלן; ער האָט שטענדיק אויסגעזען אין כּעס. זײַן געבייזער האָט אַרויסגעשטראַלט פֿון אינעווייניק ווי אַ ראַקעט–באַשיצונג סיסטעם. דערצו בין איך געווען אַ שטיקל סנאַָב. פֿאַר וואָס מיינט נאָלאַן אַז איך, אַ פּובליקירטע ראָמאַניסטקע, וועט זײַן גרייט צו פּטרן די צײַט מיט אַן אַמאַטאָר?
מיט יאָרן שפּעטער האָב איך, בעת אַ וויזיט בײַ טאַטע־מאַמען, פּלוצלינג באַמערקט אין גאַסטצימער אַן אַליין–פּובליקירטן עקזעמפּלאַר פֿון נאָלאַנס זכרונות. דאָס איז געווען אין אויגוסט 2016, דרײַצן יאָר נאָך זײַן פּטירה. דאָס בוך האָט געהייסן Prisoner 69145, און האָט אויסגעזען אומגעלומפּערט, און דאָס קלעפּעכץ אינעם רוקן פֿון בוך האָט זיך שוין געהאַט אויסגעטריקנט. דאָס ערגסטע פֿון אַלץ איז געווען די צו מיר שאַבלאָנישע קעפּלעך אויף דער הילע: „די געוואַלד־געשרייען! שחיטות אומעטום! עם ישראלס בלוט פֿאַרפֿלייצט די ערד!” די שרײַיִקע שורות האָבן מיך איבערצײַגט אַז נאָלאַן, אַ מאַן מיט ווייניק בילדונג, האָט אָנגעשריבן אַ דריט־ראַנגיק בוך.
כ׳האָב עס אַדורכגעבלעטערט. נאָלאַן האָט געשטאַמט פון קראָקע. אינטערעסאַנט. איך מיט מײַן זון האָבן לעצטנס געהאַט פּלאַנירט אַ רײַזע קיין פּוילן, כּדי אויסצופֿאָרשן אונדזער משפּחה־אָפּשטאַם, און אונדזער ערשטער אָפּשטעל־אָרט איז טאַקע געווען קראָקע. האָב איך געבאָרגט דאָס בוך בײַ טאַטע־מאַמען און עס אַרײַנגעשטופּט אין דער טעקע פֿון מײַן שויס־קאָמפּיוטער. פֿליִענדיק איבער גרינלאַנד האָב איך עס אַרויסגענומען און, אָן גרויס חשק, אָנגעהויבן לייענען.
די רעשט פֿונעם פֿלי האָב איך זיך פֿון נאָלאַנס בוך, Prisoner 69145, ממש נישט געקענט אַוועקרײַסן.
רבותי, לערנט זיך אָפּ אַ משל פֿון מײַן טיפּשות…
אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַן בוך, שרײַבט נאָלאַן אַז פֿאַרן ערשטן סעפּטעמבער 1939, „האָבן מיר בכלל נישט געזען די כמאַרעס וואָס הענגען איבער אונדזערע קעפּ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.