(די 2 טע זײַט פֿון 5)
כ׳בין געשטאַנען פֿאַרגאַפֿט. אויף דעם האָב איך זיך אין גאַנצן נישט געריכט. „אָבער משה, דו ביסט דאָך אַ כּהן! די אַלע יאָרן האָסטו געוואַרט אויף אַ בתולה. סתּם אַ נישט־חתונה־געהאַט מיידל איז פֿאַר דיר נישט כּשר גענוג געווען. און איצט ווילסטו מיך? ביסט משוגע אויפֿן גאַנצן קאָפּ! איך האָב דאָך פֿיר קינדער. וואָס איז מיט דיר?“
„יאָ, יאָ,“ האָט ער מיר געענטפֿערט געלאַסן, און דאָס איז מיר אויך געווען אַ וווּנדער, ווײַל געוויינטלעך ווען מע זאָגט אים עפּעס וואָס ער וויל נישט הערן שרײַט ער אויפֿן קול, אַזוי הויך אַז מע וואָלט אים געקענט הערן אַזש ביז ניו־יאָרק.
„איך האָב שוין לאַנג געטראַכט וועגן דעם און געקומען צום אויספֿיר, אַז נאָך אַזוי פֿיל טויזנטער יאָרן ווייסט קיין איין כּהן נישט גענוי, הונדערט פּראָצענט, אָן קיין שום ספֿק, אַז ער איז טאַקע אַ כּהן. ווער ווייסט צי איך בין טאַקע אַ כּהן? איך האָב געלט. האָב מיט מיר חתונה.“
זײַנע ווערטער האָבן מיך גוט אויפֿגעטרייסלט. ער איז מיר דאָך קיין מאָל נישט געפֿעלן! נאָר ווי זאָג איך אים דאָס? ווען ער האָט, אָבער, דערמאָנט געלט, האָט דאָס דורכגעריסן מײַן שאָק, און כ׳האָב מער נישט געטראַכט פֿון יאָ געפֿעלן, נישט געפֿעלן. אַזאַ באַליידיקונג! און כ׳האָב אַנגעהויבן שרײַען: „עס גייט נישט אין געלט! איך וויל נישט דײַן געלט. מיך קען מען נישט אָפּקויפֿן! וואָס בין איך, אַ פּעקל וואָס דו קויפֿסט אויף ׳אַמעזאָן?׳ באָצאָלטסט מיט אַ קרעדיט־קאַרטל און דעם צווייטן טאָג ליגט עס שוין אויף דער שוועל? ניין! איך וויל אַפֿילו נישט הערן דײַנע תּירוצים. דער פּסק שטייט אין ספֿר ויקרא און איך וויל נישט הערן דײַנע קלוגע פּילפּולים. קלינג מיר נישט מער!!“
דער ייִנגסטער מײַנער איז געקומען צו לויפֿן. „מאַמע, מאַמע פֿאַר וואָס שרײַסטו?“ פֿרעגט ער.
„ס׳איז גאָרנישט, זיסקייט. אַ מאַן האָט געוואָלט איך זאָל אים עפּעס פֿאַרקויפֿן. ער וועט מער נישט קלינגען.“
וואָלט מען געקענט מיינען, אַז דאָס איז געווען דער סוף פֿון מיר מיט כּהנים. אָבער ניין. אַ געגטער מאַן האָט געהערט פֿון עמעצן, אַז איך בין אַ שדכנטע, האָט ער מיר אָנגעקלונגען. אַ שטילער, אַן איידעלער, אַ פּענסיאָנירטער פֿיזישער טעראַפּעווט פֿון פֿלאָרידע וואָס האָט אונטערגעהונקען אַ ביסל, געגאַנגען מיט אַ שטעקן און אַליין געדאַרפֿט האָבן פֿיזישע טעראַפּיע אויף אַ פֿוס, ווײַל שלעפּנדיק אַ וואַליזקע בעת זײַן אומקערן זיך פֿון אַ באַזוך אין קאַנאַדע האָט ער זיך, נעבעך, אויסגעדרייט אַ פֿוס און אַראָפּגעפֿאַלן די לעצטע עטלעכע שטיגן פֿון די רעדלטרעפּ אין פֿליפֿעלד.
ער — לייבל הייסט ער — האָט מיר דערציילט די גאַנצע מעשׂה פֿון זײַן ווײַב, ווי זי איז מיט אַ מאָל אַראָפּ פֿון זינען און נאָך עטלעכע חדשים אין פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל גערעדט נאָר פֿון גטן זיך. זי וויל אים מער נישט זען; זי וויל די קינדער מער נישט זען און די צוויי אומשולדיקע אייניקלעך אויך נישט. נו, וואָס האָט ער געקענט טאָן? ער האָט געדולדיק געוואַרט זעקס חדשים, געגאַנגען יעדן צווייטן טאָג זי זען אין שפּיטאָל מיט דער האָפֿענונג, אַז אָדער די פּסיכאָטראָפּישע מעדיקאַמענטן אָדער דאָס רעדן מיט די פּסיכיאַטערס וועלן איר העלפֿן. צום סוף, איז געוואָרן נאָך ערגער, האָט ער קיין ברירה נישט געהאַט, נאָר איר צו געבן אַ גט. זײַן קול האָט געקלונגען ווי אַ מענטש זייער געפֿאַלן בײַ זיך, ווי אַ פֿאַרלוירענע נשמה. און איך האָב אויף אים רחמנות געהאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.