(די 3 טע זײַט פֿון 5)
ער האָט גערעדט מער ווי אַ האַלבע שעה, און ווײַטער געוואָלט רעדן, אָבער איך האָב נאָך אַ סך געהאַט צו טאָן, האָב איך אים איבערגעריסן די רייד, זאָגנדיק: „זײַט מיר מוחל, איך מוז איצט גיין, אָבער געוויינטלעך וויל איך זיך פּערזענלעך טרעפֿן מיט מײַנע קליענטן.“
ער איז שטיל געוואָרן אַ סעקונדע און אין אַ פֿריילעכערן טאָן געזאָגט: „גוט! מאָרגן האָט איר צײַט זיך מיט מיר צו טרעפֿן?“
„איר ווילט קומען מאָרגן?“
„יאָ, פֿאַר וואָס נישט? וואָס גיכער איר באַקענט זיך מיט מיר, אַלץ גיכער קענט איר מיר געפֿינען אַ שידוך. ס׳איז שוין אַ יאָר נאָכן גט.“
„גוט,“ האָב איך געזאָגט נאָך דעם וואָס איך האָב זיך דערכאַפּט דעם אָטעם, ווײַל איך בין נישט צוגעוווינט, אַז מיט שידוכים זאָל גיין אַזוי גיך. געוויינטלעך דרייען מײַנע קליענטן מיר דעם קאָפּ. זיי ווילן יאָ, זיי ווילן נישט, זיי ווייסן נישט. זי איז צו קורץ, ער איז צו הויך, די מאַמע טראָגט הויזן, און אַזוי ווײַטער. צו דעם בין איך צוגעוווינט.
נו, ווײַזט אויס, אַז אַ ביסל מוט האָט ער נאָך געהאַט. אפֿשר אַ רעשטל פֿונעם כּוח וואָס ער פֿלעגט אַ מאָל האָבן? ווער ווייסט? אָבער דעם אמת געזאָגט איז עס מיר געפֿעלן. געזאָגט און געטאָן: וואָס ווייניקער דרייען.
און ער איז טאַקע געקומען. פּנים־אל־פּנים איז ער נישט געווען אַזאַ נעבעכל ווי ס׳האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, רעדנדיק מיט אים טעלעפֿאָניש. ווען ער האָט מיך דערזען האָבן זיך בײַ אים די אויגן צעעפֿנט און צעפֿינקלט. באַלד האָט ער פֿאָרגעלייגט, אַז מיר זאָלן גיין עפּעס עסן אין אַ רעסטאָראַן. עס האָט אים געהונגערט נאָכן שלעפּן זיך מיט טאַקסיס און עראָפּלאַנען. דער פֿאָרלייג איז מיר אויך געפֿעלן געװאָרן. אין רעסטאָראַן זענען מיר געזעסן גאַנצע צוויי שעה. ער האָט מיר דערציילט וועגן זײַן פּראָפֿעסיע, וועגן זײַנע קינדער און אייניקלעך. איך האָב זיך מיט אים געפֿילט זייער באַקוועם. אפֿשר צו באַקוועם נאָך אַזאַ קורצער צײַט, און איך, דער אייביק נאַיִווער אָפּטימיסט, האָב אָנגעהויבן צו טראַכטן, אַז אפֿשר האָט דער רבונו־של־עלום סוף־כּל־סוף געהאַט אויף מיר אויך אַ ביסל רחמנות, און מיר צוגעשיקט גלײַך צו דער טיר עפּעס רעכטס. ער האָט אויך דערפֿילט די נאָענטקייט און סימפּאַטישקייט צווישן אונדז. ער האָט געזאָגט אַז אַלע זײַנע פֿרײַנד האָבן אים דערקלערט ווי שווער עס וועט זײַן צו געפֿינען אַ פּאַסיקע אַלמנה ווײַל ער איז אַ כּהן, און ער גלייבט נישט אַז ער זאָל האָבן באַלד געטראָפֿן. זײַן פּנים האָט זיך צעשטראַלט, נאָר איך האָב פּלוצעם דערפֿילט ווי אַ נאַסע שמאַטע האָט מיר געגעבן אַ פֿראַסק אין פּנים.
ער האָט באַלד דערקענט, אַז די שטימונג צווישן אונדז האָט זיך געענדערט. דאָס גוף־לשון מײַנס האָט מער נישט גערעדט פֿון ווייכקייט און צוגעלאָזנקייט, נאָר שטײַפֿקייט און דערווײַטערונג. מײַנע אויגן האָבן געגלאָצט מיט שאָק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.