אוי די כּהנים! וואָס ווילן זיי פֿון מיר?

Why Don't Those Kohanim Leave Me Alone?

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published February 05, 2017, issue of February 23, 2017.

(די 5 טע זײַט פֿון 5)

„לייבל, לייבל? זאָג עפּעס.“

„אויב אַזוי וועל איך מוזן רעדן מיט מײַן רבֿ וועגן דעם.“

„ס׳איז נישטאָ וועגן וואָס צו רעדן. איך מיין, אַז די בעסטע זאַך וואָלט געווען ווען מיר רעדן נישט מער אַלע טאָג. זײַ געזונט און זאָל דער אייבערשטער דיר צושיקן דעם ריכטיקן שידוך.“

„מיר וועלן נאָך רעדן. זײַ געזונט,“ זאָגט ער מיר.

כ׳האָב נישט געהערט פֿון לייבלען עטלעכע טעג, עטלעכע לאַנגע טעג. כ׳האָב נאָך אים געבענקט, ספּעציעל אין אָוונט, ספּעציעל אַכט אַ זייגער ווען ער פֿלעגט מיר געוויינטלעך אָנקילונגען. כ׳האָב זיך שוין אָנגעהויבן צוגעוווינען צום פֿאַקט, אַז ער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון מײַן לעבן, ווען אין איינעם אַן אָוונט, פּונקט אַכט אַ זייגער קלינגט דער טעלעפֿאָן.

ס׳איז לייבל! בקיצור, זאָגט ער מיר, אַז ווען ער האָט געזען אַז ער קען ניט פּסלען מײַן חתונה וויל ער איצט פּרוּוון פּסלען די כּהונה זײַנע: אפֿשר איז ער באמת נישט קיין כּהן.

„ווייסט נישט וואָס דו טוסט, לייבל. דו האָסט צוויי זין און צוויי אייניקלעך; איינס איז דרײַצן יאָר אַלט וואָס דו האָסט מיר געזאָגט איז זייער שטאָלץ צו שטיין יום־טובֿים אויף דער בימה מיט זײַן טאַטן און דוכענען. טו דאָס נישט, לייבל. זיי וועלן מיך פֿײַנט האָבן.“

„ניין, ניין! זיי קענען דיך נאָך נישט. ווען זיי וועלן דיך קענען וועלן זיי דיך ליב האָבן אַזוי ווי איך.“

„לייבל, איך בעט דיך, טו גאָרנישט. בעט דעם אייבערשטן, ער זאָל דיר צושיקן די ריכטיקע, און פֿאַרגעס אין מיר. און איך וועל אויך בעטן דעם רבונו־של־עולם פֿאַר דיר. קלינג מיר מער נישט אָן. איך וויל גאָרנישט האָבן צו טאָן מיט אַזאַ משוגעת. זײַ געזונט.“

כאָטש איין מאָל אין וואָך האָט לייבל מיר סײַ־ווי־סײַ אָנגעקלונגען. יעדעס מאָל וואָס איך האָב געזען אויף דער אידענטיפֿיצירקע אַז לייבל קלינגט האָט דאָס האַרץ אָנגעהויבן צו קלאַפּן ווי אַ פּויק, די באַקן האָבן געפֿלאַמט און איך האָב געהאַלטן דעם אָטעם ביז ער האָט געענדיקט זײַן אָנזאָג, און דערנאָך האָב איך נישט געקענט שלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט.

בקיצור, אין משך פֿון צוויי חדשים האָט ער געמוזט אויסגעפֿינען וווּ מ׳האָט דעם טאַטנס טאַטן מקבר געווען. דערנאָך האָט ער געמוזט וואַרטן ביז מ׳האָט די מצבֿה פֿאָטאָגראַפֿירט און דאָס בילד אים צוגעשיקט. מ׳האָט אים גאָרנישט געוואָלט איבערגעבן טעלעפֿאָניש. ווען ער האָט דאָס בילד ענדלעך באַקומען האָט ער זיך דערפֿרייט, ווײַל בײַ דעם זיידנס נאָמען איז נישט געשטאַנען דאָס וואָרט „הכּהן.“

ס׳איז שוין געווען זעקס וואָכן וואָס איך האָב מיט אים נישט גערעדט און איך האָב געזען ווי באַנומען ער איז געוואָרן מיט אַראָפּוואַרפֿן פֿון זיך די כּהונה, ווי קורצזיכטיק ער איז אין נישט טראַכטן אַוואָסער עפֿעקט דאָס נישט פֿריִער דורכרעדן זיך מיט זײַנע זין און די צוויי אייניקלעך וועגן זײַן פּלאַן וועט האָבן אויף זיי. און ביסלעכווײַז האָב איך לייבלען געזען אין גאַנצן אַנדערש ווי פֿון אָנהייב. כ׳האָב אים געזען ווי אַן עגאָיִסט וואָס טראַכט נאָר וועגן זיך.

דאָס לעצטע טעקסטל וואָס איך האָב געהאַט פֿון אים איז געווען וועגן זײַן באַקומען אַ בריוו פֿון אַ רבֿ וואָס זאָגט, אַז ער, לייבל, איז נישט קיין כּהן און אַז זײַנע זין זענען גוט אין כּעס אויף אים און ווילן מיט אים נישט רעדן. „איצט קענסטו מיט מיר חתונה האָבן, חנהלע.“

איך האָב אים אויף דעם קיין מאָל נישט געענטפֿערט, און אַפֿילו מער נישט געלייענט די טעקסטלעך אָדער זיך צוגעהערט צו די אָנזאָגן זײַנע. איך פֿיל אַז איך האָב קוים אויסגעמײַדט אַרײַנטרעטן אין אַ בלאָטע — אַ באַציִונג מיט אַן עגאָיִסטישן מאַן, וואָס מיינט אַז ער, נישט דער רבונו־של־עולם פֿירט די וועלט, און אַז די כּהונה איז עפּעס וואָס ער קען אויסטאָן און אַוועקוואַרפֿן ווי אַן אַלטן סוועטער.


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com