אַלע ייִדן — נו, זיכער ס׳רובֿ ייִדן — ווייסן אַז כּהנים זײַנען אָפּשטאַמלער פֿון אַהרן הכּהן, משה רבינוס ברודער.
און פֿון אָנהייב אָן איז די כּהונה איבערגעגעבן געוואָרן פֿון טאַטעס צו זייערע זין. ס׳איז טאַקע אַ פֿײַנער ייִחוס. ס’איז ווי מע וואָלט געבוירן געוואָרן אין אַ קיניגלעכער משפּחה, אָבער אָן זיכערע עשירות. ייִדן גיבן אָפּ דעם כּהן אַ סך כּיבודים: יום־טובֿים בענטשן זיי די מתפּללים; זיי באַקומען די ערשטע עליה אין שיל, און זיי האָבן דעם זכות צו פֿירן דאָס בענטשן נאָך אַ סעודה. זייער פֿײַן!
אָבער די כּהונה קומט אויך מיט עטלעכע באַגרענעצונגען: די כּהנים טאָרן נישט גיין אַהין, וווּ ס׳קען זיך געפֿינען אַ מת; למשל, אין אַ שפּיטאָל, און אַוודאי און אַוודאי נישט אויף קיין בית־עולם, אַ חוץ ווען ס׳שטאַרבט אַ טאַטע אָדער מאַמע.
שטאַרק באַגרענעצט איז אויך מיט וועמען כּהנים מעגן חתונה האָבן. בעסער געזאָגט — מיט וועמען זיי טאָרן ניט חתונה האָבן. צווישן אַנדערע טאָרן זיי נישט נעמען קיין גרושה (אַ געגטע פֿרוי) פֿאַר אַ ווײַב. אַן אַלמנה — יאָ! אָבער עס שטייט בפֿירוש אין חומש אַז אַ גרושה איז פֿאַרווערט, אָסור! וואָס זשע ווילן זיי פֿון מיר, אַליין אַ געגטע פֿרוי?
נישט לאַנג נאָך דעם וואָס איך, אַ לאַנג־יאָריקע אײַנװױנערין פֿון שיקאַגע, האָב געקראָגן דעם ציווילן גט פֿונעם ערשטן מאַן מײַנעם, קלינגט מיר זײַנער אַ פֿרײַנד, משה, אַ פֿרומער אַדוואָקאַט, אַ כּהן און אַ טשודאַק. ער וויל וויסן צי איך האָב שוין באַקומען דעם ייִדישן גט פֿון מײַן מאַן. „ס׳איז שוין עטלעכע חדשים וואָס דו האָסט שוין דעם ציווילן גט, ניין?“
„יאָ, אמת,“ האָב איך אים געענטפֿערט, „אָבער ער רעדט אין גאַנצן נישט וועגן קיין ייִדישן גט.“
„ס׳איז שוין די העכסטע צײַט!“ זאָגט ער. „איך וועל מיט אים כאַפּן אַ שמועס.“
„גוט, אַ דאַנק.“
און דער משה הייבט מיר אָן צו קלינגען עטלעכע מאַל אין וואָך. ער רעדט וועגן זיך, וועגן דער מאַמע זײַנער. ער פֿרעגט מיך וואָס די קינדער מאַכן, און אַלע מאָל קומט ער צוריק צום זעלבן ענין: דעם גט.
איך ענטפֿער אויף זײַנע פֿראַגעס ווייניקער און ווייניקער, ווײַל אין דער זעלביקער צײַט טו איך עפּעס אַנדערש: אָדער איך לייג אַוועק די וועש, אָדער איך ראַם צו אין קיך, און איך מיין אַז ער ווייסט אַז איך גיב אים נישט אָפּ דעם גאַנצן אינטערעס מײַנעם. איז מיר געווען אַ חידוש ווען אין אַ שיינעם טאָג גיט ער אַ שיס אויס: „נאָך דעם וואָס דו באַקומסט דעם גט, וועסטו מיט מיר חתונה האָבן? איך ווייס אַז אין די לעצטע צײַטן ווען מיר רעדן אַזוי אָפֿט האָסטו מיך אַ ביסל ליב באַקומען, און איך דאַרף דיר נישט זאָגן, אַז דו ביסט מיר אַלע מאָל געפֿעלן. דעם אמת געזאָגט, ווייס איך אין גאַנצן נישט פֿאַר וואָס ער וויל דיך אָפּגטן, אָבער ס׳איז בעסער פֿאַר מיר. ער מוז דיר אין קורצן געבן אַ גט. איך ווייס נישט פֿאַר וואָס ער איז אַזוי פֿאַרביסן.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.