אין דער פֿרי האָב איך אין גאַנצן נישט געוואָלט אַרויסגיין פֿון בעט ווײַל כ׳האָב נאָך געהאַט פֿאַר די אויגן די מוראדיקע סצענעס פונעם פֿריִערדיקן טאָג: דעם מלאך־המוות, דעם מטורף פֿון אָקלאַהאָמע וואָס האָט אונדז ביידע שיִער נישט דערהרגעט, שרײַענדיק אויפֿן קול ווי אַ ווילדע חיה, אַז איך בין נישט גענוג שיין — און נאַך אַ גרושה דערצו — בעתן שאָפֿירן אויפֿן שאָסיי זעכציק מײַל אַ שעה. וואָס איז מיר אָנגעגאַנגען שיינקייט ווען איך האָב געזען דעם טויט פֿאַר די אויגן, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט?
האָב איך נישט געוואָלט אַרויסגיין פֿונעם באַקוועמען, וואַרעמען בעט. כ׳האָב געגעבן אַ טיפֿן זיפֿץ און זיך איבערגעדעקט איבערן קאָפּ מיטן באַבלומטן לײַלעך, און צענדליקער מאָל געדאַנקט דעם אייבערשטן וואָס איך לעב נאָך. כ׳וועל געבן צדקה צו רבי מאיר בעל הנס און אפֿשר אַפֿילו בענטשן גומל.
אָבער צום באַדויערן, בין איך לאַנג נישט געלעגן. די פֿרײַנדינע מײַנע, בײַ וועמען איך בין אײַנגעשטאַנען, איז אַרײַן אין צימער און פֿון מיר אַראָפּגעוואָפֿן דעם לײַלעך. „ס׳איז שוין צען אַ זייגער. גענוג געפּאָפֿן! ווי עס איז, וועסטו קוים האָבן צײַט זיך מאַכן אַ שפּריץ און זאָגן די ברכות. כ׳ווייס נישט צי וועסט אַפֿילו קענען טרינקען אַ קאַווע,” האָט זי געזאָגט.
„וואָס רעדסטו?“
„האָסטו מיר דאָך נישט געזאָגט, אַז אַן אַנדערער קאַוואַליר קומט הײַנט אױף מיטאָג?“
„וואָסער אַנדערער? טשעפּע זיך אָפּ פֿון מיר. זעסטו נישט, אַז איך קען די אויגן קוים עפֿענען?“
„צי דו ביסט אָנגעטאָן, צי דו ליגסט נאָך אין בעט, וועט ער דאָ זײַן אין אַ שעה אַרום. סענדער הייסט ער, אַיאָ?“
„סענדער, שמענדער. זאָג אים, אַז איך בין קראַנק.“
„טײַערע פֿרײַנדינע, איך קען אים גאָרנישט זאָגן. ער איז שוין אויפֿן וועג. און איך בין נישט דײַן סעקרעטאַרשע! אַרויס פֿון בעט די מינוט, ווײַל איך גיי אײַנקויפֿן. וועסט אים אַליין מוזן אַרײַנלאָזן. פֿאַרברענג גוט!“ און זי איז אַרויס פֿון צימער.
דאָס הייסט, זײַן אַ געטרײַע פֿרײַנדינע? האָב איך צו זיך אַליין געבורטשעט. כ׳בין אָבער אַרויס פֿון בעט. ווער קומט? סענדער? סענדער, ווער איז ער? מיט אַ מאָל האָב איך זיך דערמאָנט. דאָס מוז זײַן דער וואָס רופֿט זיך אויף דער אינטערנעץ „דער קינסטלער‟. ווען כ׳האָב געמאַכט די פּלענער צו פֿאָרן קיין פֿלאָרידע האָב איך אין צען מינוט, הוק־שטוק, גערעדט מיט דרײַ אָדער פֿיר אָדער אפֿשר גאָר פֿינף מענער און באַשטעטיקט דרײַ ראַנדקעס אין צוויי טעג. יאָ, יאָ. יעצט געדענק איך. ער האָט זיך זייער דערפֿרייט ווען איך האָב אים געקלונגען. ער האָט געזאָגט, אַז ער האָט שוין לאַנג געוואַרט אַרויסצוגיין מיט אַ פֿרומער פֿרוי. ווי קען דאָס זײַן? מ׳זאָגט, אַז אין פֿלאָרידע לויפֿן אַלמנות, געגטע און אַפֿילו קיין־מאָל־ניט־חתונה־געהאַטע פֿרויען אַרום ווי פֿאַרסמטע מוראַשקעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.