אַ שטיקל האָפֿענונג פֿאַר געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג

Ray of Hope For Sex Abuse Victims in the Orthodox Community


פֿון ברכה פֿינקעלשטײַן

Published April 27, 2017, issue of April 27, 2017.

ווען אַ באַוווּסטע קעמפֿערין קעגן היים־גע­וואַלד (domestic violence, בלע״ז) האָט איין מאָל געפֿרעגט דעם טאַטן, דער פֿאַר­לייגער פֿון אַ באַלטימאָרער ישיבֿה, ווי אַזוי די אייראָפּעיִשע רבנים האָבן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה באַהאַנדלט די סעקסועלע באַלעס­טיקונג פֿון קינדער, האָט ער געענטפֿערט פּראָסט־און־פּשוט: „מיר האָבן צוגעמאַכט די לאָדנס.‟

ביז לעצטנס איז אָט די בכּיוונדיקע בלינד­קייט אייגנטלעך געווען דער מיטל ווי אַזוי די רבנים האָבן זיך באַצויגן בכלל צו מעגלעכע פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג קעגן קינדער. דער צו­גאַנג איז געווען אַזאַ: אויב מע זעט נישט די פּראָבלעם מיט די אייגענע אויגן, עקסיסטירט עס נישט.

אָבער די זעלבע כּוחות וואָס האָבן אַנט­פּלעקט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט די סעקסועלע באַלעסטיקונג אין דער קאַטוילישער קירך; אין דער פֿוטבאָל־מאַנשאַפֿט פֿונעם „פּען סטייט אוניווערסיטעט‟, און אין בריטאַניעס יוגנט־פֿוסבאָל־סיסטעם, האָט שוין אויך אויפֿגעדעקט די שרעקלעכע רעאַליטעט פֿון באַלעסטיקונג אין דער פֿרומער ייִדישער וועלט.

„אַ דאַנק דער סאָציאַלער מעדיע האָט דער ברייטער עולם זיך דערוווּסט וועגן דער עקסיס­טענץ פֿון קינדער־באַלעסטיקונג,‟ זאָגט מאיר סי­וואַלד, איינער פֿון די פֿאַרלייגער פֿון Jewish Community Watch (JCW), אַ שתּדלנות־גרופּע פֿאַר די געליטענע, וואָס נעמט אָן גאַנץ אַגרעסיווע מיטלען צו באַקעמפֿן די פּראָבלעם: זיי פֿאַרשעמען עפֿנטלעך די פֿאַרברעכערס, און קריטיקירן שאַרף יענע רבנים וואָס מינימיזירן די פּסיכישע טראַוומע וואָס קינדער לײַדן נאָכן ווערן סעקסועל באַעוולט.

די פֿאָלק־אָרגאַניזאַציעס ווי JCW האָבן איצט טאַקע „אויפֿגעמאַכט די לאָדנס‟ כּדי צו ווײַזן דער וועלט ווי אַזוי די פֿרומע ייִדישע קהילה מאַכט זיך נישט־וויסנדיק וועגן די לײַדן פֿון קינדער, און ווי די פֿירערשאַפֿט באַשיצט די פֿאַרברעכער. עס זענען דאָ צוויי סיבות פֿאַר דער „בכּיוונדיקער בלינדקייט‟: ערשטנס, אויב מע דערציילט וועגן אַזוינע פֿאַלן קאָן עס שטערן צו די שידוכים; צווייטנס, האָבן ייִדן שטענדיק זיך געהיט נישט צו מסרן אַ צװײטן ייִד צו די גוייִשע אינסטאַנצן. לויט דער הלכה איז מסירה אַן אומדערטרעגלעכע עבֿירה, און ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס: במשך פֿון דער געשיכטע האָבן אַזוינע מסירות ממש פֿאַרמישפּט אַ ייִדן צום טויט. אַפֿילו דער רמב׳׳ם האָט געעצהט די רבנים אַז אַ ייִדישן מוסר מעג מען הרגענען.

לויט דער אַמעריקאַנער לעגאַלער סיסטעם, טרעפֿט סעקסועלע באַלעסטיקונג נישט אָפֿטער בײַ ייִדן ווי בײַ אַנדערע עטנישע אָדער רעלי­גיעזע גרופּעס, און הײַנטיקע צײַטן קענען די גע­ליטענע טאַקע באַדראָען זייערע קהילות. מיט דער הילף פֿון די שתּדלנות־גרופּעס אַזוי ווי JCW אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און „צדק‟ אין אויסטראַ­ליע, ברענגען די געליטענע הײַנט אָפֿט מאָל אָנק­לאָגן אין געריכט, כּדי צו באַקו­מען שאָדנגעלט פֿון דער ישיבֿה אָדער פֿון דער שול ווי די באַלעסטיקונג איז פֿאָרגעקומען. ווען ס׳וואָלט נישט געווען קיין פֿאַרעלטער־גע­זעץ (statute of limitations) אינעם שטאַט ניו־יאָרק, וואָס באַגרענעצט די פּראָצעסן ביזן על­טער פֿון 23 יאָר, וואָלטן די אָנקלאָגן פֿון די גע­ליטענע ממש געקאָנט באַנקראָטירן אַ סך שולן און סינאַגאָגעס.

זינט 2011 איז מאַני וואַקס, דער פֿאַרלייגער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „צדק‟, ממש אַ „קאָשמאַר‟ פֿאַרן אויסטראַלישן צווײַג פֿון חב״ד. וואַקס האָט דורכגעפֿירט אַ געראָטענע מעדיאַ־קאַמפּאַניע קעגן דעם „ישיבֿה־צענטער‟, אַ חב״ד־ישיבֿה אין מעלבורן, וווּ ער איז צװישן דעם עלטער פֿון 11 און 14 יאָר סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן אינעם צענטערס שול און מקווה.