אויסשטעלונג אינספּירירט פֿון אוטאָפּישער ייִדישער נאָוועלע

Exhibit Inspired by a Utopian Yiddish Novella

Sergey Solonskij

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 30, 2017, issue of June 29, 2017.

מיט 99 יאָר צוריק האָט דער כּמעט־פֿאַרגעסענער ייִדישער שרײַבער און פֿאַרלעגער קלמן זינגמאַן אַרויסגעגעבן אַ נאָוועלע וואָס איז געווען אוניקאַל אין דער ייִדישער ליטעראַטור. קיין גרויסער ליטעראַרישער אויפֿטו איז זײַן בוך „אין דער צוקונפֿט־שטאָט עדעניאַ‟, דווקא ניט געווען, נאָר עס איז איינע פֿון די זעלטענע פֿאַנטאַסטישע ווערק פֿון בעלעטריסטיק אויף ייִדיש און אפֿשר די איינציקע אוטאָפּישע נאָוועלע צי ראָמאַן אויף מאַמע־לשון.

די לענגערע דערציילונג, וואָס שילדערט ווי אַזוי עס זעט אויס אַן אוטאָפּישער נוסח פֿון כאַרקאָוו מיטן נאָמען „עדעניאַ” — פֿונעם שורש „עדן” — מיט 25 יאָר שפּעטער (דאָס הייסט 1943), האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿאַרכאַפּט דעם אויפֿמערק פֿונעם קינסטלער יעווגעני פֿיקס, נאָכן לייענען אַן אַרטיקל פֿון גענאַדי עסטרײַך אינעם זשורנאַל Eastern European Jewish Studies.

„איך בין זייער פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש בכלל אָבער נאָך מער — אינעם לינקן ייִדישיזם,‟ האָט פֿיקס דער­קלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „דערצו האָב איך אויך ליב אוטאָפּיעס, איז די נאָ­וועלע מיר אַוודאי געווען אינטע­רעסאַנט, ווײַל איך האָב קיינ­מאָל ניט געהאַט געלייענט אַזאַ זאַך אויף ייִדיש.”

נאָכן איבערלייענען דאָס בוך האָט פֿיקס באַשלאָסן צו אָר­גאַ­ניזירן אַ קונסט־אויסשטעלונג פֿון ווערק וואָס זענען אינספּירירט גע­וואָרן פֿון דער נאָוועלע. די אויסשטעלונג, טאַקע מיטן ייִדישן נאָמען „אין דער צו­קונפֿט־שטאָט עדע­ניאַ‟, האָט זיך געעפֿנט דעם 8טן יוני אין כאַרקאָוו בײַם „יערמילאָוו־צענטער”, איינע פֿון די וויכ­טיקסטע גאַלעריעס פֿון הײַנטצײַטיקער קונסט אין אוק­ראַיִנע. זי וועט אָנגיין ביזן 9טן יולי.

דער פֿאַרלעגער, פּאָליטישער אַקטיוויסט און בעל־חלומות קלמן זינגמאַן (1889־1929) איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטל סלאָ­באָדקע, וועלט־באַרימט פֿאַר זײַן ישיבֿה „כּנסת־ישׂראל‟. דער גורל האָט זינגמאַנען פֿאַר­שיקט קיין כאַרקאָוו, וואָס, ניט געקוקט אויף איר גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג, איז געווען ממש אַ העק וואָס שייך דער ייִדישער ליטעראַטור אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך קלענערע ייִדישע קהילות ווי קאָוונע, שוין אָפּגערעדט פֿון אַזעלכע שטעט ווי ווילנע, וואַרשע און קיִעוו. ניט געקוקט אויפֿן דוחק פֿון אַן אָרטיקער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, האָט זינגמאַן אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן ביכער דורך זײַן פֿאַרלאַג „ייִדיש‟, צווישן זיי — זײַן „אין דער צוקונפֿט־שטאָט עדעניאַ‟, וואָס ער האָט געדרוקט אונטערן פּסעוודאָנים „בן־יעקבֿ‟.

כאָטש די נאָוועלע נעמט אַרײַן געוויסע פֿאַנ­טאַסטישע עלעמענטן וואָס פּרובירן צו זאָגן נבֿיאות אויף דעם ווי אַזוי די צוקונפֿטדיקע טעכ­נאָלאָגיע וועט העלפֿן דער מענטשהייט — די אײַנוווינער געניסן, למשל, פֿון אַ ריי באַק­וועמלעכקייטן, אַרײַנגערעכנט פֿליִענדיקע באַנען און פֿאָנטאַנען וואָס פֿאַרקילן דעם קלימאַט בשעתן זומער — איז זינגמאַנס הויפּט־אינטערעס געווען צו שילדערן ווי אַזוי עס וועלן צוזאַמענלעבן די אָרטיקע פֿעלקער. אין „עדעניאַ” לעבן אַלע עטנישע גרופּעס (ייִדן, פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, און רוסן) בשלום, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי היטן אָפּ זייערע אייגענע שפּראַכן און קולטורן דורך אַ געוויסער קולטורעלער אויטאָנאָמיע.

ווי מיר ווייסן הײַנט, איז דאָס יאָר 1943, פֿאַר דער עכטער עדעניאַ — כאַרקאָוו, דווקא ניט געווען קיין אוטאָפּישס, נאָר אַ דיסטאָפּישס. אַנ­שטאָט פֿליענדיקע באַנען וואָס פֿירן פֿרידלעכע מענטשן בשלום, האָבן דײַטשישע באַנען גע­פֿירט מענטשן אויף גאָר אַן אַנדער אופֿן. בעת דער מלחמה זענען 70% פֿון די בנינים אין דער שטאָט חרובֿ געוואָרן און 30,000 כאַרקאָווער אײַנוווינער זענען דערשאָסן געוואָרן דורך די דײַטשן. נאָך 80,000 זענען אויסגעגאַנגען פֿון הונגער.

אַ הײַנטצײַטיקער לייענער וואָלט אָבער ניט געוווּסט, אַז איין אַספּעקט פֿון זינגמאַנס אוטאָ­פּישער וויזיע איז אין כאַרקאָוו צײַטווײַליק יאָ מקיום געוואָרן. אין דער פֿאַרמלחמדיקער סאָווע­טישער תּקופֿה האָבן די כאַרקאָווער ייִדן טאַקע גענאָסן פֿון אַ געוויסער קולטורעלער אויטאָ­נאָמיע — עס זענען געווען מלוכישע שולן און אַפֿילו געריכטן וואָס מע האָט געפֿירט אויף ייִדיש. ס׳איז ווײַט אָבער ניט געווען קיין אוטאָ­פּיע בײַ ייִדן: אין דער זעלביקער צײַט, האָט די סאָוועטישע מאַכט אָנגעפֿירט מיט אַ שטאַרקער אַנטירעליגיעזער קאַמפּאַניע.