איך בין אַ מאַמע, אָבער נישט זײַן מאַמע

I May Be a Mother But Not His Mother

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published August 09, 2017, issue of August 25, 2017.

שוין אַנדערטהאַלבן יאָר וואָס איך גיי כּמעט יעדן מאָנטיק הערן הרבֿ פֿעלדענשטיינס חומש־שיעור. איך פֿיל זיך דאָרטן זייער באַקוועם, אַ מאָל צו באַקוועם ווײַל הרבֿ פֿעלדענשטיינס קול איז ווייך, נישט זייער דינאַמיש, און אָפֿט רעדט ער פּאַמעלעך און איך הייב אָן צו טראַכטן פֿון פֿאַרשיידענע זאַכן וואָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט דער פּרשה השבֿוע. איך באַרים זיך נישט מיט דעם, אָבער ס׳איז בעסער ווי אַנדערע וואָס שלאָפֿן גאָר אײַן און כראָפּען. הרבֿ פֿעלדענשטיין איז אַ וווילער און פֿאַרשטייט מסתּמא, אַז נישט אַלע פּענסיאָנערן, נישט אַלע עלטערע לײַט שלאָפֿן זיך גוט אויס בײַ נאַכט. ווי אַזוי ווייס איך אַז די באַטייליקטע זענען פּענסיאָנירטע? דער שיעור ווערט אַפּגעהאַלטן מאָנטיק האַלב עלף. אויב די וואָס קומען זיך לערנען וואָלטן געהאַט אַן אַרבעט וואָלטן זיי נישט געווען אין קלאַס.

אָבער נישט דאָס בין איך אויסן. כ׳וויל זאָגן אַז דער שיעור קומט פֿאָר אין שיל אין אַ צימער וואָס האָט נישט קיין מחיצה, כאָטש די מענער זיצן אויף איין זײַט און די פֿרויען אויף דער צווייטער. איך גיב אַ מאָל אַ קוק אויף די מענער ווײַל איך וויל זען ווער ענטפֿערט אויפֿן רבֿנס קשיות. איך קען זיי אַלעמען. אַ מאָל קומט אָ גאַסט, אָבער זעלטן.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק קום איך אויפֿן שיעור און זע נישט הרבֿ פֿעלדענשטיין. אַנשטאָט אים שטייט אַ יונגערמאַן, אַ שיינער מיט אַן אונטערגעשוירן בערדל און נישט נאָר לעבעדיקע, פֿינקלענדיקע אויגן נאָר אַ שטאַרקן קול דערצו. איך האָב זיך פֿאַרשפּעטיקט מיט פֿינף מינוט אָבער כ׳האָב זיך באַלד געכאַפּט אַז דער יונגער רבֿ רעדט וועג שמות און אַנדערע ענינים וועגן שאָדן טאָן און שאָדנגעלט באַצאָלן. און איך האָב צו זיך געטראַכט: אוי, מע רעדט שוין ווידער וועגן דעם אָקס וואָס האָט געשטויסן אַ מאַן אָדער אַ פֿרוי, און זיי שטאַרבן, נעבעך… יענער אָקס איז מיר שוין גוט באַקאַנט ווײַל יעדעס יאָר הער איך וועגן אים! מע וועט פֿאַרשטיינערן דעם אָקס און מע טאָר דאָס פֿלייש נישט עסן… און איך הייב אָן צו טראַכטן וועגן עסן און וואָסער זופּ איך וועל קאָכן שפּעטער אויף וועטשערע.

אָבער באַלד ווערט דעם יונגן רבֿס קול אויפֿגעהײַטערט. מײַנע געדאַנקען קערן זיך אום צום ענין און איך הער זיך צו אים צו. יעצט גייט ער אַריבער צו בבא קמא און וואָס די גמרא זאָגט וועגן שאָדן טאָן צו אַ מענטשנס האָב־און־גוטס אָדער צו זײַן קערפּער, און וויפֿל שאָדנגעלט קומט דעם וואָס איז באַשעדיקט געוואָרן. אָבער וואָס איז מיר געפֿעלן געוואָרן איז וואָס ער זאָגט, אַז די גמרא כּללים גילטן פֿאַר הײַנטיקע צײַטן אויך.

ער גיט אַ הײַנטיקן משל פֿון אַ שיל וואָס האָט אָנגענומען אַ געוועזענעם פּאָליציאַנט צו היטן די שיל שבת פֿון אַ וועלכער עס זאָל נישט זײַן באַפֿאַל. קומט אָן אַ ייִד וואָס מוז פֿאַר זײַן קרענק אָטעמען זויערשטאָף אַ גאַנצן מעת־לעת, אָבער ער שעמט זיך אַרומצופֿירן דעם קאַניסטער זויערשטאָף אויף אַ וועגעלע, ספּעציעל שבת, האָט ער זיך געלאָזט מאַכן אַ קלענערן אַפּאַראַט וואָס ער קען אָנטאָן הינטער אַ מאַרינאַרקע. יאָ, מע זעט עפּעס אַ פּויש אונטער דער פּאַכווע, אָבער אַלע אין שיל ווייסן אַז דער מאַן לײַדט פֿון אַ שלעכטער לונגענקרענק און ווייסן אַז זויערשטאָף פֿליסט דורך די פּלאַסטישע רערלעך וואָס גייען אַרײַן אין זײַנע נאָזלעכער.

דער נײַער פּאַליציאַנט ווייסט דאָס אָבער נישט. ער קען נישט אַלע מתפּללים, און ווען ער זעט אַ פּויש אונטערן מאַנס פּאַכווע ווערט ער באַלד צעקאָכט. ער מיינט, אַז דאָס קאָן זײַן אַ באָמבע און ער באַפֿאַלט זיך פּלוצים אויפֿן קראַנקן. ביידע פֿאַלן אַראָפּ אויפֿן טראַטואַר. ביידע שרײַען. די זויערשטאָף־רערלעך ווערן אַרויסגעריסן פֿונעם קראַנקנס נאָז, צוויי פֿונעם קראַנקן מאַנס ריפּן ווערן צעבראָכן, און ווען דער פּאָליציאַנט זוכט דאָס וואָס ער איז געווען זיכער איז אַ באַמבע — געפֿינט ער דעם צעקוועטשטן קאַניסטער זויערשטאָף. ער האָט שטאַרק חרטה און שעמט זיך זייער ווען ער זעט דעם שאָדן וואָס ער האַט אָנגעמאַכט. מע רופֿט באַלד „הצלה”.