וווּ אַ ייִד פֿאַרקריכט זיך: אַ פּאָר הויזן!

My Travels: Finding A Pair of Pants

YEHUDA BLUM

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published September 15, 2017, issue of August 25, 2017.

עטלעכע יאָר נאָך דעם וואָס מײַן מאַן איז געשטאָרבן האָב איך אָנגעהויבן אַרומרײַזעווען, זען די וועלט.

אויף דער אינטערנעץ האָב איך געפֿונען כּשרע פֿאָר־אַגענטורן און ווען איך האָב געזען וווּהין זיי פֿאָרן האָט זיך מיר געמישט אין קאָפּ: אינדיע, כינע, יאַפּאַן… פֿאַר די אויגן האָב איך געזען אַ בופֿעט פֿון כּל־המינים! כ׳האָב די גאַנצע וועלט געוואָלט פֿאַר איין מאָל אײַנשלינגען און כ׳האָב מורא געהאַט, אַז דאָס וואָס פּאַסירט מיט מיר אויף אַ חתונה ווען איך זע אַזאַ שמאָרגעסבאָרד, אַ טיש פֿול מיט פֿאַרשיידענע מאכלים וועט יעצט זײַן מיטן פֿאָרן. ווען איך זע אַ סך עסן פֿאַר די אויגן פֿאַרליר איך דעם אַפּעטיט. איך קוק זיך אַרום און געניס אַזוי פֿיל פֿון דער שפֿע פֿון עסנס און ווי שיין אַלץ איז אויסגעשטעלט, אַז דער אַפּעטיט פֿאַרגייט מיר און איך זעטיק זיך מיטן קוקן. הייסט עס, די אויגן עסן און איך — נישט. האָב איך גלײַך פֿאַרמאַכט דעם קאָמפּיוטער און עטלעכע טעג געטראַכט וואָס וויל איך טאַקע אויפֿטאָן מיט דער ערשטער רײַזע מײַנע ווי אַן אַלמנה. 

די ערשטע זאַך וואָס איז מיר קלאָר געוואָרן איז, ווי די מאַמע פֿלעגט זאָגן — איך דאַרף זיך ׳אויסליפֿטערן,׳ איך זאָל קענען אַראָפּוואַרפֿן פֿון זיך דעם טרויער פֿון קרענק און טויט וואָס אַפֿילו די ווענט אין הויז האָבן אין זיך אײַנגעזאַפּט און וואָס איך טראָג אַרום דעם קאַרק ווי אַ באַקוועמע שאַל ווי נאָר איך קום אַרײַן. נו, אַז איך וויל זיך אויסליפֿטערן מוז איך פֿאָרן ערגעץ וווּ איך וועל זײַן מער אין דרויסן ווי אינעווייניק, וווּ איך קען אָטעמען פֿרישע לופֿט און זיך דערוואַרעמען אויף דער זון — אָבער נישט אויף קיין פּלאַזשע.

געקוקט נאָך אַ מאָל אויף די כּשרע רײַזע־מעגלעכקייטן, האָב איך באַלד געטראָפֿן אַ ׳הײַקינג׳ טור צו דרײַ נאַציאָנאַלע פּאַרקן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן: גרענד קאַניאָן, זײַאָן און ברײַס נאַציאָנאַלע פּאַרקן.  כ׳האָב זיך רעגיסטרירט, אַרײַנגעשיקט אַ געזונטן טשעק און באַלד אויסגעפֿונען אַ האַרבן כּלל פֿון פֿאָרן אַליין: ווען מע וויל האָבן אַ צימער פֿאַר זיך קאָסט געוויינטלעך אַן ערך פֿופֿצן הונדערט דאָלאַר מער. אַ מענטש וואָס וויל נישט זײַן צונויפֿגעפּאָרט מיט אַ פֿרעמדן ווערט פֿינאַנציעל באַשטראָפֿט.

יעדעס מאָל וואָס איך געפֿין זיך אין אַ שוואַכן מאָמענט טראַכט איך: וואָס קען עס שאַטן צו האָבן אַ מיטוווינערין אויף אַ וואָך און זיך אײַנשפּאָרן אַזוי פֿיל געלט? העלפֿט דער אייבערשטער און איך דערמאָן זיך אין ׳בעקי׳, מײַן מיטוווינערין ווען איך בין מיט יאָרן צוריק געווען אַן אויפֿפּאַסערקע אין זומער־לאַגער. ס’איז נאָר געווען אויף צוויי וואָכן, אין אַ זומער־לאַגער פֿאַר אָרעמע מײדלעך, אָבער נאָך דער ערשטער נאַכט האָב איך שוין געוואָלט אַנטלויפֿן. אויף דער וואַך זעט די בעקי אויס זגראַבנע, איידל אָבער ווי זי האָט נאָר פֿאַרמאַכט די אויגן איז זי אַרײַן אין אַ טיפֿן שלאָף און געכראָפּעט ווי אַ שכּורער פּויער.

ווען איך האָב זי אויפֿגעוועקט און געעצהט זי זאָל זיך איבערדרייען אויף דער אַנדערער זײַט איז זי אין כּעס געוואָרן. ווען איך בין שוין יאָ סוף־כּל־סוף אײַנגעשלאָפֿן האָט זיך אָנגעהויבן אַ לויפֿעניש הין און קריק אין קלאָזעט, און איך האָב שוין ווידער נישט געקענט שלאָפֿן. ליגנדיק אַזוי אין בעט, טויט מיד, האָב איך נישט געקענט פֿאַרמאַכן קיין אויג און געקלערט וואָס איז ערגער… דאָס כראָפּען אָדער דאָס לויפֿעניש יעדע פֿופֿצן מינוט אין קלאָזעט. זי האָט מיר שפּעטער דערקלערט, אַז זי האָט נעבעך אַ שוואַכן פּענכער. ווי עס זאָל נישט זײַן איז מיר איין זאַך געוואָרן קלאָר ווי דער טאָג: דאָס איז דאָס לעצטע מאָל וואָס איך וועל נעמען אַ מיטוווינערין. 

נו, צוריק צו דער נסיעה. איך האָב געטראָפֿן די גרופּע אין לאַס־וועגעס: פֿײַנע מענטשן, ס׳רובֿ — פּאָרפֿעלקער. דאָס עסן איז געווען גוט, דער וועטער — אַ תּענוג. מיטגעפֿאָרן מיט אונדז אויפֿן אויטאָבוס האָט אַן אויסגעשולטער נאַטוראַליסט וואָס האָט אונדז אַ סך דערציילט וועגן די אינטערעסאַנטע באַרג־פֿאָרמאַציעס. איך בין אַהיימגעקומען אַ נײַער מענטש. אַלע מײַנע חושים האָבן זיך אויפֿגעוועקט. ווי באַלד איך בין אַרײַן אין הויז האָב איך אויפֿגעפּראַלט די פֿענצטער און טירן און דערבײַ געשאַפֿן אַ דורך־ווענטילאַציע: יעצט אַז כ׳האָב זיך אַליין אויסגעליפֿטערט האָב איך געוואָלט, אַז דאָס הויז זאָל זיך אויך אַ ביסל אויסליפֿטערן.

בקיצור, כ׳האָב שוין אַרויסגעקוקט אויפֿן קומענדיקן זומער, איך זאָל ווידער קענען ערגעץ אינטערעסאַנט פֿאָרן און קלעטערן אויף הויכע בערג. יעצט האָב איך געוווּסט וויפֿל געלט איך דאַרף האָבן אויף אַזאַ רײַזע, האָב איך אונטערגעאַרבעט וואָס מערער, איך זאָל האָבן גענוג צוצוצאָלן פֿאַר דער פּריווילעגיע נישט צו הערן יענעמס שנאָרכצן און נישט צו הערן יעדעס מאָל וואָס עמעצער לויפֿט בײַ נאַכט אין קלאָזעט.

אין דעצעמבער האָב איך שוין אָנגעהויבן טראַכטן וואָס מיטצונעמען מיט זיך דעם קומעדיקן זומער. צוויי זאַכן האָבן מיר אויסגעפֿעלט אין גרענד קאַניאָן: וואַסערשיך און הויזן. פֿאַר דער רײַזע האָב איך קיין מאָל נישט געהערט פֿון וואַסערשיך. ווען עמעצער וואָלט אַזאַ זאַך דערמאָנט וואָלט איך געווען זיכער, אַז עס רעדט זיך פֿון גומענע פֿינגערשיך. אָבער יענע האָבן געהאָלפֿן ווי זײַדפּאַפּיר אין אַ זאָווערוכע, דאָס הייסט — אין גאַנצן נישט. קיינער האָט נישט געוווּסט, אַז איינע פֿון די שענסטע, אינטערעסאַנטסטע און שווערסטע אַקטיוויטעטן אויף דער רײַזע וועט זײַן צו גיין מיטן שטראָם־אַרויף אין אַ וואַסער וואָס האָט מיר דערגרייכט ביז צו דער טאַליע. אויף די פֿיס האָב איך געטראָגן נאָר ספּאָרטשיך ביז איך האָב דערזען, אַז צו גיין מיט זיי דורכן וואַסער איז זייער גליטשיק און דערפֿאַר האָב איך יעדע צוויי מינוט זיך געמוזט אַוועקזעצן, אומוויליק, אין וואַסער.