צווישן צוויי אַלטע פֿראַנצויזישע שטעט אין די אַלפּן, פּוזשע־טעניער און אַנאָט, פֿאָרט יעדן שבת און זונטיק אַ היסטאָרישער פּאַראָוואָז – אַ דאַמף־לאָקאָמאָטיוו פֿונעם יאָר 1923 מיט עטלעכע עלטערע וואַגאָנען וואָס זענען נאָך עלטער.
געשאַפֿן דורך דער דײַטשישער פֿירמע „הענשעל און זון‟, פֿאָרט ער ווי געהעריק שוין כּמעט 100 יאָר. די מאַשיניסטן פֿונעם לאָקאָמאָטיוו גיבן איבער, אַז דער מאָטאָר, וווּהין מע מוז כּסדר אַרײַנוואַרפֿן די קוילן, שטאַמט פֿונעם יאָר 1892.
דער מוסטער פֿון די פֿאַרצײַטישע טעכנאָלאָגישע חידושים איז באַקאַנט ווי דער Train des Pignes - בוכשטעבלעך, די באַן פֿון יעדלאָווע שישקעס (pine cones). מע דערציילט, אַז די פּאַסאַזשירן אויפֿן וועג צווישן דין־לע־בען און ניצע האָבן געהאַט גענוג צײַט אויפֿצוקלײַבן די שישקעס אין די אַלפּישע שטעטלעך, ווײַל די נסיעה איז געווען זייער אַ פּאַמעלעכע. הײַנט דינט דער אַלטער לאָקאָמאָטיוו ווי אַן אָרטיקע מערקווירדיקייט, צוצויִענדיק בערך 200 טוריסטן און אָרטיקע תּושבֿים אַ וואָך.
דעם 30סטן אָקטאָבער איז אויפֿן צווייטן קאַנאַל פֿון דער נאַציאָנאַלער פֿראַנצויזישער טעלעוויזיע געוויזן געוואָרן אַ קליינער רעפּאָרטאַזש וועגן דעם. ווען די טעלעוויזיע־אָפּעראַטאָרן האָבן געמאַכט דעם פֿילם, האָט זיי פֿאַרחידושט וואָס די מעשׂה וואָלט צוגעצויגן אַ מענטש פֿון רוסלאַנד ווי איך און האָבן מיך אַפֿילו פֿאָטאָגראַפֿירט. אינעם רעפּאָרטאַזש אַליין אָבער האָט מען מיך – צום גוטן צי צום שלעכטן – צום סוף נישט געוויזן.
דער אַנומלטיקער ווידעאָ־רעפּאָרטאַזש וועגן דער היסטאָרישער פּאַראָוואָז־ליניע אויף דער פֿראַנצויזישער מלוכישער טעלעוויזיע
אַזוי צי אַזוי, האָב איך באַלד נאָכן אָנקומען קיין פּוזשע־טעניער, וווּ עס וווינען איצט אַרום 1,800 מענטשן, באַמערקט אויף דער גאַס אַ שילד, וואָס דערציילט וועגן דער ייִדישער קהילה וועלכע האָט געבליט אינעם דאָזיקן שטעטל פֿונעם 13טן ביזן 16טן יאָרהונדערט. ייִדן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער עקאָנאָמיע פֿון דער גאַנצער געגנט. אַוודאי, האָב איך געלייענט וועגן דער אוראַלטער געשיכטע פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך, אָבער זיך נישט געריכט צו טרעפֿן קאָנקרעטע סימנים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן בעת אַ צופֿעליקער זונטיק־נסיעה אויף אַ היסטאָרישער באַן צווישן די פּרעכטיקע בערג און באַרג־טונעלן.
אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַרײַנגערעכנט שלום־עליכמס „אײַזנבאַן־געשיכטעס‟, פֿאַרנעמען די באַנען – ווי אויך די טראַמווײַען, מעטראָ און אַנדערע מינים רעלסן־טראַנספּאָרט – אַ ממשותדיק אָרט ווי אַ סצענע פֿון פֿאַרשיידענע אויסטערלישע, ראָמאַנטישע אָדער אַבסורדע סיטואַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.