(די 3 טע זײַט פֿון 3)
די עלעקטרישע באַנען בלײַבן טאַקע גאָר פּאָפּולער אין רוסלאַנד און ווערן באַטראַכט ווי אַ מין נאַציאָנאַלע דערגרייכונג. אין פֿאַרגלײַך מיט דער מעטראָ, וווּ דער דריטער רעלס דינט ווי דער קוואַל פֿון עלעקטרישער ענערגיע, אָבער קאָן אויך גורם זײַן אַ שׂרפֿה און אַ טויטלעכן שאָק, הענגען די דראָטן איבער די רוסלענדישע „עלעקטריטשקעס‟אויף אַ גענוג גרויסער פֿאַרזיכערטער הייך. פֿונדעסטוועגן, פֿילן אַ טייל רוסן אויך אַ נאָסטאַלגיע פֿאַרן אַלטן פּאַראָוואָז.
אינעם יאָר 1935 האָט מען אין טביליסי, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער גרוזיע, געעפֿנט די ערשטע באַן־ליניע, וווּ די שולקינדער האָבן געקאָנט זיך אויסלערנען אויף אַ טשיקאַוון אופֿן ערנסטע פּראָפֿעסיעס פֿון באַן־אַרבעטער. לייזער קאַגאַנאָוויטש, סטאַלינס נאָענטער שותּף און דער דעמאָלטיקער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿון טראַנספּאָרט־ענינים, האָט געשטיצט דעם פּראָיעקט; אין גיכן האָבן אַזעלכע באַן־ליניעס „פאַר קינדער‟ זיך באַוויזן אין צענדליקער שטעט איבערן גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער דערמאָנטער אַלטער באַן־ליניע אין די פֿראַנצויזישע אַלפּן, וואָס זעט אויס „עקזאָטיש‟ דווקא צוליב דעם אַלטמאָדישן אויסזען, זעט אויס די איצטיקע „קינדער‟־אײַנזבאַן אין פּעטערבורג דווקא מאָדערן, ווי אַ קלענערע קאָפּיע פֿון געוויינטלעכע הײַנטצײַטיקע באַן־ליניעס. די קליינע מאָס פֿון די וואַגאָנען זעען אָבער אויס ענלעך צום פֿראַנצויזישן וואַריאַנט און ציט אויך צו די טוריסטן.
אינעם יאָר 2014 האָט די באַן־ליניע „פאַר קינדער‟ אין פּעטערבורג באַקומען אַן אַלטן פּוילישן פּאַראָוואָז, לכתּחילה געבויט אין די 1950ער פֿאַר ערנסטע „דערוואַקסענע‟ צוועקן. אינעם ליטווישן שטעטל פּאָנעוועזש – די אַמאָליקע היים פֿון דער באַקאַנטער פּאָנעוועזשער ישיבֿה – שטייט אַן אַנדער עקזעמפּלאַר פֿון אַזאַ פּאַראָוואָז ווי אַ דענקמאָל. איין היסטאָרישע באַן־ליניע מיט קליינע און שמאָלע וואַגאָנען, ענלעך צו דער דערמאָנטער פֿראַנצויזישער באַן, באַדינט די טוריסטן אין פּאָנעוועזש אויף אַן ענלעכן אופֿן, הגם דער קלאַסישער דאַמף־לאָקאָמאָטיוו בלײַבט דאָרטן הײַנט בלויז אויפֿן מאָנומענט־פּעדעסטאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.