באַנען, ראָטשילד־גבֿירים און יאָדלע־שישקעס

Trains, Rothschilds and Christmas Tree Pine Cones


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 28, 2017, issue of October 27, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אין דער אמתן, איז די פֿאַרבינדונג צווישן באַנען און ייִדן גאַנץ ממשותדיק, היסטאָריש גערעדט. הגם בײַ דער שארית־הפּליטה קאָן אַן אַלטער פּאַראָוואָז – בפֿרט אַ דײַטשישער – אַרויסרופֿן פֿינצטערע אַסאָציאַציעס מיטן חורבן, איז כּדאי צו דערמאָנען, אַז אַ גאַנצע ריי ייִדישע גבֿירים האָבן געשפּילט אַ הויפּטראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿונעם דאָזיקן מין טראַנספּאָרט. דער גוט־באַוווּסטער פּאַריזער באַנקיר מאיר־יעקבֿ ראָטשילד האָט באַצאָלט די הוצאָות פֿונעם אויפֿבוי פֿון דער אײַזנבאַן־ליניע צווישן פּאַריז און סען־זשערמען, וועלכע האָט זיך געעפֿנט אין 1837. צוויי אַנדערע פֿראַנצויזישע ייִדן, עמיל און יצחק פּערייר, האָבן פֿאַרשטאַנען דעם גרויסן פּאָטענציאַל פֿון די באַנען און האָבן אויסגעבויט, בסך־הכּל, בערך 6,000 מײַל באַן־ליניעס אין אייראָפּע, ווערנדיק ראָטשילדס מעכטיקע קאָנקורענטן אינעם דאָזיקן געביט. עס קאָן זײַן, אַז זייער בויערײַ האָט משפּיע געווען אויף דער שפּעטערדיקער ליניע צווישן דין־לע־בען און ניצע, געגרינדעט אין 1887. די מעטראָ־סטאַנציע „פּערייר‟ אין פּאַריז טראָגט זייער נאָמען צוליב זייער ראָלע אינעם אַנטוויקלען די באַנען־נעץ אינעם לאַנד.

עמיל און יצחק פּערייר

בעת דער אַמעריקאַנער בירגער־קריג, אין 1861, האָבן אַ צאָל ייִדישע באַנקירן אויך אײַנגעלייגט אַ סך געלט אינעם שאַפֿן אַ ברייטע נעץ אײַזנבאַן־ליניעס אין אַמעריקע. אין דעם פֿאַל איז נישט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז אין צאָל אַ לענדער אַרום דער וועלט, וואָס שייך דעם באַן־טראַנספּאָרט, האָבן אַמאָל דאָמינירט אַ קליינע צאָל ייִדישע מאַגנאַטן, אַרײַנגערעכט די באַרימטע משפּחה ראָטשילד.

דער קלאַסישער פּאַראָוואָז, וואָס אויפֿן קורצן וועג פֿון פּוזשע־טעניער קיין אַנאָט פֿאָדערט אַ גאַנצע טאָן קוילן, האָט געטרײַ געדינט במשך פֿון עטלעכע דורות. נאָך אינעם יאָר 1834 האָט דער פֿיזיקער מאָריץ־הערמאַן (באָריס) יאַקאָבי צוגעטראַכט דעם פּראַקטישן עלעקטרישן מאָטאָד, וועלכער איז הײַנט אָנגענומען געוואָרן ווי אַ ריינער, פֿאַרזיכערטער און מער עפֿעקטיווער קוואַל פֿון באַן־באַוועגונג.

געבוירן בײַ אַ משפּחה פֿון דײַטשיש־ייִדישע גבֿירים, האָט ער באַשלאָסן צו ווערן אַ וויסנשאַפֿטלער. אינעם יאָר 1837 האָט דער רוסישער צאַר ניקאָלײַ דער ערשטער גוטגעהייסן זײַנע עקספּערימענטן מיט עלעקטרישע מאָטאָרן אין רוסלאַנד, וווּ ער האָט אויך דערפֿונדן דעם ערשטן טעלעגראַף, וואָס דרוקט אָפּ אויטאָמאַטיש די אותיות, ווי אויך אַ צאָל אַנדערע חידושדיקע מכשירים.