סאַרקאַזם און אָפּטימיזם אין לידער פֿון געטאָ און לאַגער

Sarcasm and Optimism in Songs Of the Ghettos and Camps

Yehuda Blum

פֿון מיכאַל לײַנוואַנד

Published December 27, 2017, issue of October 27, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

אַ געוויסע צאָל לידער אויף דײַטש האָט געשאַפֿן די יונגע פֿרוי פֿון ליבאַווע, יאָהאַנע ספּעקטאָר, וואָס איז דורכגעגאַנגען די שיבֿעה־מדורי־גיהנום פֿון ליבאַווער געטאָ, פֿונעם קאַצעט קײַזערוואַלד, אַרבעטסלאַגער פּרעטשו, קאַצעט שטוטהאָף לעבן דאַנציג (הײַנטיקע גדאַנסק אין פּוילן), אַרבעטסלאַגער סטאָלפּ אין פּאָמערן, קאַצעט בורגגראַבען לעבן לאַנגפֿור, און באַפֿרײַט געוואָרן פֿון די ענגלענדער אין עקקערפֿיאָרדע לעבן קיל אין מײַ 1945. נאָך דער מלחמה האָט יאָהאַנע ספּעקטאָר עמיגרירט קיין אַמעריקע. דאָרט איז זי געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מוזיקאָלאָגיע אין ניו־יאָרק.

מיט אירע לידער האָט יאָהאַנע זיך אָפּגערופֿן אויף די טראַגישע געשעענישן אין געטאָ און לאַגערן. ווען אין 1942 האָבן די נאַציס פֿאַרשפּאַרט די ליבאַווער ייִדן אין תּפֿיסה, וואָס האָט כּמעט געוויס באַטײַט פֿאַר זיי טויטשטראָף, האָט יאָהאַנע ספּעקטאָר אָנגעשריבן דאָס ליד Im Gefängnis (“אין תּפֿיסה”). בײַם אָנהייב פֿונעם ליד, מאָלנדיק די פֿרייד פֿון לעבן - די זון, וואָס שײַנט אין איר פֿולער קראַפֿט און פֿאַרבעט צום שפּיל און טאַנץ, באַדויערט יאָהאַנע, אַז זי מוז אַזוי פֿרי זיך געזעגענען מיטן לעבן. די מעלאָדיע פֿון דער ערשטער סטראָפֿע איז ענלעך אויף די לידער פֿון די דײַטשישע פֿאַרמלחמהדיקע פֿילמען. די אַראָפּשטײַגנדיקע כראָמאַטיזמען אויף די ווערטער Die Welt ist gar zu schön, ich möchte nicht von ihr gehn (די וועלט איז צו שיין, איך וויל פֿון איר ניט אַוועק) ווי סימבאָליזירט דעם אונטערגאַנג פֿונעם לעבן. אין דער צווייטער סטראָפֿע, רעדנדיק וועגן אומקום, לאָזט יאָהאַנע פֿאָרט איבער אַן אָרט פֿאַרן דינינקן שטראַל פֿון האָפֿענונג –

Von der Freiheit könen wir träumen im blasen Morgenrot

(פֿון פֿרײַהייט קאָנען מיר טרוימען אין דער בלאַסער שײַן פֿון דעם קאַיאָר).

אָבער דווקא דאָ שטרײַכט יאָהאַנע אונטער די אילוזאָרישקייט פֿונעם טרוים מיט “ייִדישע” אינטאָנאַציעס, וואָס זײַנען בדרך־כּלל פֿאַר איר ניט כאַראַקטעריסטיש. די אַראָפּשטײַגנדיקע פֿאַרגרעסערטע סעקונדע שאַפֿט אַ שטימונג פֿון טרויער און צער. און דאָ אויף אַ רגע באַווײַזט זיך די ייִדישע צווייענדיקייט – דער אָפּטימיזם פֿילט זיך דײַטלעכער ווען ער אַנטשטייט אויפֿן יסוד פֿון דער טראַגישער ווירקלעכקייט. אין די פֿאָלגנדיקע סטראָפֿעס באַקומט די מעלאָדיע אַ הימנישן כאַראַקטער, וואָס דערמאָנט אין די כאָרלידער פֿון לעטישע און דײַטשישע קאָמפּאָזיטאָרן, און בלויז דער שפּרונג אויף אַן אָקטאַווע כּמעט בײַם סוף פֿונעם ליד דערמאָנט אינעם ייִדישן פֿאָלקס־מעלאָס. די מחברין פֿאַרלירט ניט דעם אָפּטימיזם און די האָפֿענונג אַפֿילו בעת אַזאַ טראַגישער סיטואַציע. אין דער לעצטער סטראָפֿע הערן זיך שוין דער אָפּטימיזם און די האָפֿענונג אין דער פֿולער קראַפֿט:

Verzaget nicht, ihr Lieben,
Verzage nicht, mein Kind!
Es kommen bess’re Zeiten,
Es weht noch ein andrer Wind.

פֿאַרלירט ניט די האָפֿענונג, איר ליבע,
פֿאַרליר ניט די האָפֿענונג, מײַן קינד!
עס קומען בעסערע צײַטן,
דער ווינט וועט זיך נאָך איבערבײַטן.

אין 1944, פֿאַרשפּאַרט אין אַרבעטסלאַגער “סטאָלפּ” אין פּאָמערן, שרײַבט יאָהאַנע ספּעקטאָר אַ מיניאַטור־ליד, וואָס באַשטייט פֿון 8 שורות. אָבער די קאַרגע אַכט שורות זײַנען זייער בילדעריש. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק פֿון אַ ליכטשטראַל, וואָס אַלץ מער ער דערווײַטערט זיך, אַלץ העלער און ברייטער ווערט ער.

Möchte fahren
In die Freiheit,
Möchte fahren
In das Glück,
In die Ferne,
In die Fremde,
Und nie mehr
Zurück.

ס’ווילט זיך פֿאָרן
אין דער פֿרײַהייט,
ס’ווילט זיך פֿאָרן
אינעם גליק,
אין דער ווײַט,
אין דער פֿרעמד,
און זיך קיין מאָל ניט אומקערן
צוריק.

אין די קאָמענטאַרן צו דעם דאָזיקן ליד דערציילט יאָהאַנע ספּעקטאָר ווי דאָס ליד איז אויפֿגעקומען: „דאָס דורכלייגן די אײַזנבאַן־ליניע האָט געשטערט אַ מין באַרג. די אומזיסטע שקלאַפֿן־אַרבעטער האָבן פֿאַרביטן מיט זיך דעם דינאַמיט. טאָגטעגלעך האָבן די אַסירים געמוזט מיט הוילע הענט אונטערן שלאַקסרעגן לאָדן וואַגאָנען מיט נאַסער ליים. און ווען די אָנגעלאָדענע וואַגאָנען האָבן זיך אַ ריר געטאָן אין וועג, האָט זיך פֿון הינטער די כמאַרעס באַוויזן די זון און פֿונעם האַרצן האָט זיך אַרויסגעריסן אַ ליד – פֿריִער פּאָוואָליע, ווי ניט זיכער, און נאָך דעם אַלץ גיכער און גיכער אין טאַקט פֿון די וואַגאָנען וואָס אַנטלויפֿן.‟

מיט מאָטאָרישקייט איז דורכגענומען אויך די מעלאָדיע פֿונעם ליד, וואָס טראָגט אויף זיך ניט נאָר דעם דרוק פֿון דײַטשישע שלאַגערס, נאָר פֿאַרמאָגט אויך געוויסע אינטאָנאַציעס נאָענטע צו גערשווינס Clap Yo’ Hands (פּליעסקעט מיט די הענט).

אַ פּרעכטיקער בײַשפּיל פֿון ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע איז דאָס “וויגליד”, וואָס יאַשע רבינאָוויטש האָט געשאַפֿן אין 1943 אין אַרבעטסלאַגער פּרעטשו. דאָס דאָזיקע ליד איז אויפֿגעקומען ווי אַ רעאַקציע אויף אַן אַקציע, ווען די „עס־עס‟־לײַט, שמײַענדיק פֿון לאַגער צו לאַגער, האָבן געכאַפּט קינדער וואָס זײַנען ניצול געוואָרן אין די פֿאָריקע אַקציעס. זײַן “וויגליד” האָט יאַשע געווידמעט די על־פּי־נס געראַטעוועטע אין דער דאָזיקער אַקציע. כאָטש געשריבן אויף דײַטש, וואָס איז בעצם ניט כאַראַקטעריסטיש פאַר יאַשען, איז דאָס “וויגליד” דורכגעזאַפּט מיט ייִדישער פֿאָלקסטימלעכקייט.

דאָ זעט מען סײַ דעם בײַזײַן פֿונעם „פֿעלנדיקן‟ פֿאָטער – Vater ist nicht mehr am Leben (דער פֿאָטער איז שוין נישט בײַם לעבן); סײַ דער מאַמעס וווּנטש, דאָס קינד זאָל ניט וויסן פֿון אירע יסורים; סײַ דאָס איבערחזרן פֿון דער ערשטער סטראָפֿע צום סוף פֿונעם ליד; סײַ דאָס אונטערשטרײַכן די איין־און־איינציקייט פֿונעם קינד, וואָס באַקומט אינעם דאָזיקן ליד אַ צווייטײַטשיקייט – s‘gibt von Kindern nicht mehr viele, wie du, mein Sonnenschein (ס’איז ניטאָ קיין סך קינדער, אַזעלכע ווי דו, מײַן זונענשײַן). עס זײַנען טאַקע אין דער אַקציע ניצול געוואָרן איינצלנע קינדער. אויך די מעלאָדיע פֿונעם “וויגליד” געפֿינט זיך ניט אונטער דער השפּעה פֿון דײַטשישע לידער. זי איז ענלעך אויף ייִדישע און מזרח־סלאַווישע וויגלידער מיט אַן אימיטאַציע פֿונעם הוידען זיך פֿון אַ וויגעלע.

אַ באַזונדערע וואַרעמקייט גיט צו דעם וויגליד די ווערטערשפּיל ‘דער זון – די זונענשײַן’. יעדע סטראָפֿע אַחוץ דער לעצטער פֿאַרענדיקט זיך מיט אַ פֿראַגע־אינטאָנאַציע – אַן אויפֿשטײַגנדיקן קווינטע־אינטערוואַל פֿון דער פֿינפֿטער מדרגה אויף דער צווייטער, וואָס חזרט זיך איבער צוויי מאָל. דער פֿרימאָרגן וועט אַ מאָל אָנקומען, אָבער ניט אין גיכן (Der Morgen ist noch weit).