סאַרקאַזם און אָפּטימיזם אין לידער פֿון געטאָ און לאַגער

Sarcasm and Optimism in Songs Of the Ghettos and Camps

Yehuda Blum

פֿון מיכאַל לײַנוואַנד

Published December 27, 2017, issue of October 27, 2017.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

דער באַגאַבטער פֿאָלקספּאָעט יאַשע רבינאָוויטש איז ניט זוכה געווען צו זען דעם ליכטיקן פֿרימאָרגן. ער איז דערשאָסן געוואָרן דעם 3טן מײַ 1945 אין נוישטאַדט צוויי שעה פֿאַרן אָנקומען פֿון די באַפֿרײַער.

דער חורבן האָט אויפֿגעבראַכט אַ גאַנצן שיכט לידער וועגן פֿון אַלץ באַרויבטע און דאָך בײַ זיך ניט געפֿאַלענע קינדער. אַזוינע לידער ווי ל. אָפּעסקינס און מ. וועקסלערס „איך בין פֿון ‘קאָלכאָז’‟ וועגן די צוועלף־יעריקע צווילינג־ברידער פֿונעם אַזוי גערופֿענעם ‘קאָלכאָז’, ד״ה דער בעקערײַ פֿון ווילנער לאַגער HKP, אָדער ל. ראָזענטאַלס און ג. גערשטיינס “ישׂראליק” וועגן דעם קליינעם גאַסן־הענדלער, דעם יתום פֿון ווילנער געטאָ, ציִען זייער יחוס פֿון מ. געבירטיגס “אַבֿרהמלע דער מאַרוויכער”. די קינדער־טעמע פון חורבן־לידער לאָזט איבער זייער ווייניק פּלאַץ פֿאַר געלעכטער, אַפֿילו דורך טרערן, אָבער האָפֿענונג, אָפּטימיזם, זאָל זײַן אַפֿילו אין אַ מטושטשער פֿאָרם, זײַנען דאָ אין ס׳רובֿ פֿון זיי.

אָט זײַנען צוויי לידער, געשאַפֿענע מיטן אינטערוואַל פֿון אַ יאָר. איין ליד איז אָנגעשריבן דעם 19טן יוני 1944 אין ליבאַווע, דאָס אַנדערע - מיט אַ יאָר פֿריִער, אין מײַ 1943 אין שאַוולער געטאָ נאָך דער קינדער־אַקציע. דער מחבר פֿונעם ערשטן ליד, דער ליבאַווער אײַנוווינער קלמן לינקימער, האָט עס געשאַפֿן צוזאַמען מיט אַ גרופּע ייִדן אין אַ באַהעלטעניש. צווישן זיי איז געווען אַ פֿרוי מיט אַ קליין קינד אויף די הענט. מורא האָבנדיק, אַז דעם קינדס געוויין צי אַפֿילו זײַן שטאַרקער אָטעם וועט אויסגעבן זיי, האָט די מוטער מיט כּוח פֿאַרשטאָפּט אים דאָס מויל מיט איר האַנט. אין קלמן לינקימערס ליד פֿרעגט דאָס קינד די מוטער פֿאַר וואָס בייזערט זי זיך אויף אים. און די מאַמע ענטפֿערט אים: “דו פֿרעגסט מיך וואָס עס איז דײַן זינד. גאָר נישט, אויסער נאָר דאָס איינע, דו ביסט געבוירן א ייִדיש קינד!” די סיטואַציע איז ביז גאָר דראַמאַטיש, און דאָך אונטער דער סכּנה צו דערשטיקן איר קינד פֿאַרלירט ניט די מאַמע די האָפֿענונג אים צו ראַטעווען.

אין פֿאַרגלײַך מיט ק. לינקימערס ליד, דערוועקט דאָס ליד פֿון שאַוולער געטאָ “אַ ייִדיש קינד” פֿון חנה חײַטין — אָפּטימיזם. די מאַמע גיט אָפּ איר קינד אין אַ ניט־ייִדישער משפּחה. דאָס קינד וועט ניצול ווערן. די פֿראַגע איז בלויז וואָס איז דער פּרײַז פֿון זײַן געראַטעוועט ווערן. “מער קיין ייִדיש וואָרט, קיין ליד, ווײַל דו ביסט ניט מער אַ ייִד”. געוויס איז נישטאָ קיין וויכטיקערס בײַ ייִדן ווי פּיקוח־נפֿש ובפֿרט ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ קינד. פֿון דער אַנדערער זײַט איז דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון יהדות גאַנץ אָפֿט פֿאַרגלײַכט געוואָרן צום טויט.

דער בלאָזשעווער רבי, ר׳ ישׂראל ספּירא, פֿלעגט דערציילן זײַנע תּלמידים וועגן אַ פֿרוי, וואָס האָט פֿאַרן אָפּגעבן איר עופֿעלע אין די הענט פון אַן „עס־עס‟־מאַן געבעטן בײַ אים אַ מעסער און אַליין געמלעט איר זון. פֿאַר דער מאַמען איז דער עצם געדאַנק, אַז איר קינד וועט ניט זײַן קיין ייִד געווען נאָך ערגער ווי זײַן טויט גופֿא. לויט דעם רבֿס ווערטער איז געווען אַ ביז גאָר קליינע מעגלעכקייט צו ראַטעווען דאָס עופֿעלע, נאָר ס׳איז פֿאָרט געווען אַ מעגלעכקייט. דער „עס־עס‟־מאַן האָט נישט באַמערקט דאָס קינד, וואָס איז געווען באַהאַלטן אין אַ הויפֿן שמוציקע שמאַטעס.

אַזוי אַרום, אויב די דראַמאַטישקייט פֿון ק. לינקימערס ליד איז באַפֿאַרבט אין דורכזיכטיקע טענער פֿון אָפּטימיזם, טראָגט אויף זיך דער אָפּטימיזם פֿון ח. חײַטינס ליד אַ דראַמאַטיש־טראַגישע באַפֿאַרבונג.

אין די געטאָס פֿלעגט מען שאַפֿן לידער ניט בלויז וועגן קינדער, נאָר אויך פֿאַר קינדער. אין די דאָזיקע לידער האָבן די מחברים זיך געסטאַרעט אַוועקצופֿירן די קינדער פֿון דער וועלט פון באַרבאַרישער אַכזריות אין דער וועלט פֿון קינדהייט. אין ריגער געטאָ איז די “מיצווה” מקיים געווען דער לערער, קאָמפּאָזיטאָר, וויִאָלאָנטשעליסט, דירעקטאָר פֿונעם באַוווּסטן ריגער מאַנדאָלינע־אָרקעסטער, דער מחבר פֿונעם “מכּבי מאַרש”, איליאַ חפֿץ. אין געטאָ פֿלעגט איליאַ אָרגאַניזירן פֿאַר די קינדער פּורים־שפּילן, געלערנט זיי אין דער אומלעגאַלער שול פֿון דער קליינער געטאָ צו זינגען, אַליין געשריבן פֿאַר זיי לידער. פּשוטע מעלאָדיעס, ווערטער אָנגעזאַפּטע מיט שײַן, מיטן דופֿט פֿון רעגן האָבן ווי ממשיך געווען די טראַדיציעס פֿון די שוללידער פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן. “קינדערלעך, אוי, קינדערלעך, אַ רעגנדל אַ וווּנדערלעכס, שמעקנדיקע טראָפּעלעך” – האָבן געזונגען חפֿצס קליינע תּלמידימלעך, ווי זיי וואָלטן אונטערגעהאַלטן דאָס דערשאָסענע ליד פֿון זייערע עלטערן, וואָס עס האָט געקלונגען פֿאַר דער מלחמה אין דער ריגער ייִדישער עלעמענטאַרער שול נומער 4: “ג־ט געטרײַער, גיב אַ רעגן פֿאַר די קליינע קידערוועגן.”

איבערניצעווענדיק דאָס באַוווּסטע ווערטל “די וועלט איז ניצול געוואָרן ווײַל זי האָט געלאַכט”, נעם איך זיך אונטער צו באַהויפּטן אַז די פֿיל־דורותדיקע האָפֿענונג און דער אומאויסראָטלעכער ייִדישער הומאָר האָבן אין אַ געוויסער מאָס געשפּילט אַ ראָלע אין דעם וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק איז ניצול געוואָרן, אַפֿילו אין די באַדינגונגען פֿונעם חורבן.

אין די געטאָס און לאַגערן האָט זיך מיט אַ באַזונדערן כּוח אַרויסגעװיזן די דורותדיקע ייִדישע האָפֿענונג – ‘אַפֿילו אַז אַ מענטש זעט אַ גרוב אָפֿן, זאָל ער נישט אויפֿהערן צו האָפֿן’. די אַכזריותדיקע טאָגטעגלעכע ווירקלעכקייט האָט געבוירן די באַשיצונג־רעאַקציע פֿונעם פֿאָלק – דאָס געלעכטער. ‘דאָס ביטערסטע מזל קען מען פֿאַרשטעלן מיט אַ שמייכל’, ווײַל ‘אַ געלעכטער הערט מען ווײַטער פֿון אַ געוויין’.

ביבליאָגראַפֿיע:

ק. לינקימער, “טאָגבוך” (דער אַרכיוו פֿון יד־ושם, ירושלים” 0.80/93)

מאַטעריאַלן פֿונעם אַרכיװ פֿון י. טײַץ (ראשון-לציון, ישׂראל)

זכרונות פֿון איליאַ חפֿץ (די אינפֿאָרמאַציע באַקומען פֿון זײַן זון ס. חפֿץ (פֿילאַדעלפֿיע, פּענסילווייניע)

Еврейская народная песня. Антология.СПб. ,1994 (ייִדישע פֿאָלקסלידער, אַנטאָלאָגיע, צוזאַמענגעשטעלט פֿון פּראָפֿ׳ מ. גאָלדין)

Ghetto und KZ-Lieder aus Lettland und Litauen/ Aufgezeichet,gesamm.,erkl. und mit Begleitung vers. Von J. Spector. Wien, 1947

J. Eliach. Hasidic Tales of the Holocaust. N.Y., 1982

M. Kaufmann. Churbn Lettland: Die Vernichtung der Juden Lettlands. München, 1947

Muted Voices: Jewish Survivers of Latvia Remember/ Coll. a. ed. G. Schneider .N.Y., 1987

The Unfinished Road: Jewish Survivors of Latvia Look Back/ Coll .a. ed/ G. Schneider. N.Y. etc, 1991

We Are Here: Songs of the Holocaust/Comp. E. Mlotek, M. Gottlieb, foreword: E. Wiesel (S. I.) 1990

מ. באָבע. ייִדן אין לעטלאַנד. תּל־אָבֿיבֿ, ישׁראל, 1972

מ. געבירטיג. מײַנע לידער. N.Y. 1948

דאָס געזאַנג פֿון ווילנער געטאָ. געזאַמלט, דערקלערט און הקדמה פֿון ש. קאַטשערגינסקי, 1947

האנציקלופדיה העברית. ירושלים. תּל־אָבֿיבֿ. באַנד 21.

א. סוצקעווער. פֿון ווילנער דעטאָ. מאָסקווע 1946